משולם זוסיא איז געבוירן ר"ח אלול [[ה'תרע"ז]] צו זיין פאטער רבי [[(חיים) יצחק טווערסקי]], א זון פון רבי [[אברהם יהושע העשיל טווערסקי (לאיעוו)|אברהם יהושע העשיל טווערסקי]], א זון פון רבי מרדכי טווערסקי פון לויעוו-טשערנאביל, א זון פון רבי נחום טווערסקי, א זון פון רבי [[אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]], א זון פון דעם [[מרדכי טווערסקי|טשערנאבלער מגיד]], א זון פון רבי [[מנחם נחום טווערסקי]] מחבר פון "[[מאור עינים]]" און צו זיין מוטער, א טאכטער פון רבי [[יצחק ישעיה האלבערשטאם]], דער טשחויווער רבי, דער יינגסטער זון פונעם [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]]. אין יאר תרצ"ד איז ער אנטלאפן פון דער קאמוניסטישער רעגירונג אין [[רוסלאנד]] קיין [[ארץ ישראל]]. אין תרצ"ו איז ער געפארן קיין פוילן צו זיין זיידן דעם טשחויווער רבי.
פארן [[צווייטן וועלט קריג]] האט ער געזדאנזשעט צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין פון סטרעטין אין [[ירושלים]].