אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משפחה מענטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: ko:패밀리 가이
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''משפּחה מענטש''' ([[ענגליש]]: ''Family Guy'') איז אַן אַמעריקאַנער וויצבילד פון דער קאַנאַל פאָקס. סת מאַקפאַרלען איז סײַ דער הויפּטשרײַבער און סײַ דער מאַן, וואָס גיבט אַ קול צו עטלעכע פָּארשוינען.
'''משפחה מענשט''' ({{שפראך-en| Family Guy}}) איז אן אמעריקאנער וויצבילד פון דער קאנאל פאקס וועגן די גריפינס, א משפחה פון קאהוג, [[ראוד איילענד]]: פיטער, דער [[טאטע]]; וואס איז א גרויסער [[לץ]]; לאיס, די [[מאמע]]; קריס, דער [[זון]], וואס איז דיק ווי דער טאטע און נאריש; מעג, די מיאוסע [[טאכטער]]; סטוווי, דאס זייער אינטעליגענטן [[בייבי]]; און ברייאן, דער [[הונט]] וואס רעדט ווי א [[מענטש]].
 
==געשיכטע==
 
מאַקפאַרלען האָט שטודיערט בײַ דער ראָד אײַלַנד שול פאַר צייצענונגען. אַ פּרוייעקט פון דאָרטן איז שפּעטער געוואָרן משפּחה מענטש. פאָקס האָט אָנגעהויבן צו טראַנסמיטירן אים 1999. פאָקס האָט געמאַכט אַ סוף צו משפּחה מענטש 2002, אָבער 2005 איז עס צוריקגעבראַכט געוואָרן.
 
==פּאָרשוינען==
 
די הויפּטפּאָרשוינען פון משפּחה מענטש זײַנען די מיטגלידער פון דער גריפין משפּחה. זיי און אַלע אַנדערע פּאָרשוינען וווינען אין קאָהאַג, [[ראוד איילענד|ראָד אײַלאַנד]].
 
===די גריפין משפּחה===
 
*'''פּיטער גריפין''' (אַ קול פון סת מאַקפאַרלען) – דער [[טאַטע]]. פריער האָט ער געאַרבעטעט בײַ א שפּילכל פאַבריק, שפּעטער האָט ער געהאַט אַ פישערײַ שיפל, און איצט ארבעט ער ביי אַ ברויז. ער איז גראָב און נאַריש און האָט זייער ליב צו טרינקן ביר. דערפאַר שאַפט ער פיל קאָמעדיע אינעם וויצבילד. למשל: ווען ער האָט געפינען אַ פּאָפּאָגײַ, איז ער געוואָרן אַ פּיראַט. נאָך דעם טויט פונעם פּאָפּאָגײַ האָט ער געפינען אַן אָרגל; ער האָט אים צערשטערן און געפינט דעם אַקט פון אַ קי פאַרם.
 
*'''לאָיס גריפין''' (אַ קול פון אַלעקס באָרסטין) – די [[מאַמע]]. זי לערנט פּיאַנע, אָבער האָט נישט קיין אַנדער אַרבעט. ביידע מענער און פרויען געפעלן איר.
 
*'''מעג גריפין''' (אַ קול פון מילאַ קוניס) – די [[טאָכטער]]. אַלע מיינען, אַז זי איז מיאוס, און אַ סך חכמות ווערן געזאָגט וועגן דעם (דערפאַר איז מעג אָפט זייער טרויריק). למשל, עס איז געווען א ייִנגל, וואָס האָט געטויטן זײַן ברודער אָנשטאָט צו עסן אָוונטברויט מיט איר (ער האָט געזאָגט, ’איך מוז איצט גיין צו דער לוויה פון אים’). אָבער זי האָט געהאַט אַ פּאָר ייִנגל–חברים.
 
*'''קריס גריפין''' (אַ קול פון סת גרין) – דער עלטער [[זון]]. ער איז גראָב און נאַריש ווי פּיטער. ער רעדט נישט אַזוי גוט מיט מיידלעך. ער קוקט אַ סך הײַטלעך און קען זייער גוט די אַמעריקאנישע קולטור.
 
*'''סטוּווי גריפין''' (אַ קול פון סת מאַקפאַרלען) – דער ייִנגער זון. ער איז זייער אַן אינטעליגענטן [[בייבי]], וואָס קען רעדן ווי אַ דערוואַקסענער און מאַכן מאַשינען. פריער האָט ער געוואָלט זײַן דער קיניג פון דער וועלט און טויטן לאָיס, אָבער איצט זײַנען דאָ נאָר חכמות וועגן זײַן האָמאָסעקסועלקײַט.
 
*'''ברײַאַן גריפין''' (אַ קול פון סת מאַקפאַרלען) – דער [[הונט]], און אַ טײַערער חבר פון פּיטער. ער קען אָבער גיין און שרײַבן ווי אַ [[מענטש]]. ער האָט ליב קלאַסישע מוזיק און קען גוט זינגען, אָבער ער האָט ליב אויך צו טרינקן ווײַן. ער זוכט תּמיד אַ גוטע פרוי. ער האָט געוואָלט שרײַבן אַ בוך, אָבער ווען ער האָט עס געשריבן, האָט קיינער עס ליב געהאַט. דאָס קול פון ברײַאַן איז דאָס אמתע קול פון סת מאַקפאַרלען.
 
==חכמות==
 
‫’אַוועקשפּרינגענדיקע’ חכמות (ענגליש: ’cutaway joke’)‬
 
משפּחה מענטש ניצט אָפט אַוועקשפּרינגענדיקע חכמות. דאָס הייסט, אַז בעת אַ בינע, אַ פּאָרשוין זאָגט אַ חכמה וועגן עפּעס גאָר אַנדערש פון דער מעשׂה, און דער קאַמעראַ גייט אַוועק צו דעם. למשל: ’דו ביסט אַזוי אומערלעך ווי פּיטער, ווען ער האָט זיך אָנגעטאָן ווי אַ חסידישער ייִד כּדי מוזן נישט גיין צו אַרבעט.’ דעמאָלט זעט דער קוקער אט די קורצע בינע: פּיטער טראָגט די בגדים פון אַ חסיד און רעדט מיט אַנדערע חסידים (אָבער דאָך זיי וויסן, אַז ער איז נישט קיין חסיד, און אַ חסיד בריקט אים).
 
אַנדערע חכמות
 
*ערני דער גרויסער האָן – ערני און פּיטער קריגן זיך אַ מאָל. נאָך דעם קאַמף, גייט ממשיך די מעשׂה.
 
*די שלעכטער מאַלפּע – זי פלעג וווינען אין דער שאַנק פון קריס. ער וואָלט אַוועקגעשפּרונגען און געמאַכט אַ שרעקלעך מינע.
 
*קאַנוויי טוויטי – אַ מאָל, ווען עמעצער ווערט אין כּעס בײַ אַן אַנדערער מענטש, זאָגט דער צווייטער, ’הערן און פרויען, ה' קאַנוויי טוויטי!’ דעמאָלט גייט דער קאַמעראַ צו קאַנוויי טוויטי, א כּלי–זמר, און ער זינגט אַ ביסל.
 
*‫’‬ניין, ניין, ניין, ניין, ניין!’ – איידער קליוועלאַנד איז אַוועקגעפָרן קיין ווירדזשיניאַ, פּיטער פלעג על–פּי טעות צערסטערן זײַן הויז. קליוועלאַנד וואָלט געזעסן אין דער וואַנע, וואָס איז אַראָפּגעפאַלן פונעם הויז. קליוועלאַנד וואָלט שרײַען ’ניין, ניין, ניין, ניין, ניין!’
 
==פּראָבלעמען==
 
משפּחה מענטש איז זייער אַ פּאָפּולערער וויצבילד, אָבער מען זאָגט, אַז עס זאָגן חכמות וועגן טעמען, וועגן וועלכע מען דאַרף נישט זאָגן קיין חכמות, למשל רעליגיע.
 
{{שטומף}}