אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
חנוכה געלט
שורה 86:
פרייטאג דארף מען צינדן חנוכה ליכט פרי, ווייל שבת טאר מען נישט אנצינדן א ליכט. א סאך האבן א מנהג צו דאווענען [[מנחה]] פריער כדי זיי זאלן נאך קענען אנצינדן די חנוכה ליכט נאך מנחה. מען מעג צינדן די חנוכה ליכט פון [[פלג המנחה]]. די [[שבת ליכט]] צינדט די פרוי נאכדעם וואס מען האט געצינדן חנוכה ליכט.
אזוי ווי מען צינדט די חנוכה ליכט פארן ריכטיגן זמן, דארף מען האבן גענוג בוימל (אדער גרויסע ליכטלעך) כדי זיי זאלן ברענען א האלבע שעה נאך דער שקיעה (אדער נאך נאכט, יעדער איינער לויט זיין מנהג).
 
=== אין שול ===
ס'איז אן אלטער מנהג צו צינדן חנוכה ליכט (מיט די ברכות) אין דער שול יעדן אוונט פאר [[מעריב]]; מען שטעלט די מנורה אין דער דרום זייט, זכר למקדש.<ref>שולחן ערוך, אורח חיים, '''תרעא''':ז</ref> ערב שבת צינדט מען פאר שבת, און [[שבתע־נאכט]] צינדט מען ביים סוף פון מעריב נאך [[קדיש]] תתקבל.
שורה 103 ⟵ 104:
אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס, צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז [[יהודית]] האט געגעבן צו עסן פאר [[האליפורני]] קעז און מילך, און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף אים (כלבו, רמ"א שו"ע או"ח).
 
נאך א מנהג איז צו טיילן [[חנוכה געלט]] צו די קינדער, און די קינדער שפילן דריידל מיטן געלט.
{{קאמאנסקאט|Hanukkah|חנוכה}}