אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בית ישראל (געגנט)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ שכונת בית ישראל איז אַריבער צו בית ישראל (געגנט): יידיש
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''בית ישראל''' איז א חרדישער געגנט אין צפון [[ירושלים]], נארד פון דעם [[מאה שערים]] געגנוגעגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע [[מירער ישיבה]] געפינט זיך אין בית ישראל.
 
דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין [[יחזקאל]] ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". ס'איז דא א [[טראדיציע|מסורה]] אז אין די צייטן פון [[צווייטן בית המקדש]] האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די [[קרבן|קרבנות]] וואס מען האט אראפגענומען פונעם [[מזבח]].
 
== היסטאריע ==
דער בית ישראל האט אנגעהויבן אין די 80ער יארן פונעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]] פאר יידן וואס האבן נישט געקענט צאלן די הויכע פרייזן פאר וואוינונגען אין מאה שערים. אין יענע יארן האט מען געבויט פיר קליינע געגנטן: שערי משה, עיר שלום, נחלת צבי און שערי פינה. אין אנהייב האט דער געגנט געהייסן דער 'נייער מאה שערים החדשה'. אין תרמ"ו ([[1886]]) האט הרב אריה לייב דיין געקויפט דעם שטח גאנץ ביליג צוליב דעם וואס ערדער געגנט איז געווען פיל מיט וואסער.
 
{{ירושלים}}