אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מונקאטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 25:
אונטער זיין פירערשאפט האט זיך מונקאטש אנטוויקלט צו ווערן די צענטער פון תורה און חסידות אין קארפאטן אונגארן. 60 פערצענט פון די שטאט'ס איינוואוינער זענען געווען אידן, אן ערך פון 16,000 אידן. דער מנחת אלעזר זי"ע האט באוויזן אויפצושטעלן [[חדר]]ים און די בארימטער [[ישיבה]] רבתי "דרכי תשובה" ווי עס האבן געלערנט הונדערטער [[בחורים]] וואס זענען געקומען צו פארן קיין מונקאטש פון איבער גאנץ [[אייראפע]].
 
נאך די פטירה פון דעם מנחת אלעזר איז געווארן רב זיין ר' [[ברוך ראבינאוויטש|ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש]] און ער איז געווען רב ביז די צווייטע וועלט מלחמה
 
אין די פינסטערע מלחמה יארן זענען צענדליגער טויזענטער אידן פון מונקאטש און די גאנצער געגענט איינגעשפארט געווארן אין צוויי געטא'ס אין מונקאטש ווי זיי זענען געעוען ביז די נאצי'ס ימ"ש האבן ליקווידירט די געטא'ס אינ'ם טאג ב' סיון תש"ד און זיי געפירט קיין אוישוויץ הי"ד.