אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
תיקונים
שורה 12:
ר' איציקל'ס שווער ר' הערשעלע, אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' [[אהרן מטיטוב|אהרעלע טיטובער]] וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן די סקווערער רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלס איינע פון די נאטסטע אייניקלעך פונ'ם [[בעש"ט]]. ווארשיינליך אלס די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר דער חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין [[מעזשבוזש]] און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."
 
די שטאט סקווירא אין אוקראינע איז געווען א גרויסע און באקאנטע שטאט פון חסידים פון אלע סארטן. ספעציעל האבן געוואוינט דארט חסידים פונ'ם רוזשינער און זיינע זין, איבערהויפט פון דעם [[אברהם יעקב מסאדיגורא|סאדיגורער]] זצ"ל. ר' איציקל האט זיך אבער קונה שם געווען און פיל חסידים האבן אנגעהויבן צו פארן צו אים. צווישן די חסידים וואס זענען צו אים געפארן זענען געווען אזעלכע וואס האבן אליין געפירט רבי'שע הויפן ווי ר' [[שלום מקוידנאוו]] און ר' [[ירחמיאל משה מקאזניץ]], און נאך. עס איז באוואוסט אז דער [[יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא|שינאווער רב]] איז געווען ביי ר' איציקל אויף צוויי שבתים מיט דער כוונה אים אנצונעמען אלץאלס רבי. לויט ווי חסידים דערציילן האט דער שינאווער רב, באקאנט אלץאלס א שטרענגער מחמיר אין הלכה, נישט געקענט סובל זיין ביים צווייטן שבת ווען א משרתת האט געצינדן ליכט אביסל שפעט, און איז אוועקגעפארן פון סקווירא אן אנטוישטער. אויך האבן זיך אנגעשלאסן צו ר' איציקל גאנצע גרופעס חסידים נאך די הסתלקות פון זייער פריערדיגע רבי'ס, ווי די חסידים פון ר' [[שמואל מקאמינקא|שמואל קאמינקער]] און ר' [[משה סאווראנער]] זצ"ל.
 
ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זין. פון זיין ערשטן ווייב, די טאכטער פון ר' [[דן מראדוויל]], האט ער געהאט אייןצוויי זון, ר' '''[[אברהם יהושע העשיל מסקווירא|אברהם יהושע העשיל]]''' און ר' '''[[נחום מסקווירא|נחום]]'''. פון דעם צווייטן ווייב האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון דעם דריטן ווייב האט ער געהאט דרייצוויי זין, ר' '''[[נחום מסקווירא|נחום]]''', ר' '''[[ישראל מסקווירא|ישראל]]''', און ר' '''[[דוד טווערסקי (א)|דוד'ל סקווערער]]'''.
 
=== מאכניווקא, א צווייג פון סקווירא ===