אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידוואקאנס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
וויקיזאציע
נישטיקע ענדערונגען
שורה 4:
דער גרונטלייגער זיינער און אנפירער איז געווען [[יהושוע שיינין]].יידוואקאנס איז ארגאניזירט געווארן אין יאר [[1929]] אין [[כארקאוו]].שפעטער האט דער אנסאמבל פארשטארקט געווארן מיט מער [[זינגער]] פונעם [[אדעס]]ער יידישן כאר.זינט [[1931]] האט יידוואקאנס זיך געפונען אין [[קיעוו]].אין [[1935]] האט דער כאר באקומען דעם ערן טיטל פון א פארדינסטפולער אקאדעמישער מלוכישער כאר-קאפעלע פון [[אוקראיניש]]ער ססר.אין [[1939]] איז יידוואקאנס ליקווידירט געווארן אויפן באפעל פון [[סאוועטיש]]ע מאכטן אין גאנג פון דער אנגעהויבענער [[סטאלין]]-קאמפאניע פון יידישע פארפאלגונגען.
==זינגען==
יידוואקאנס איז געווען א [[געמישטער כאר]],וועמענס באשטאנד האט באטראפן פון 30 ביז 60 זינגער. ער האט געזונגען [[א-קאפעלע]].א חוץ כארקאוו און קיעוו,האט יידוואקאנס גאסטראלירט איבער אנדערע שטעט,אריינגערעכנט [[מאסקווע]] און [[לענינגראד]].זיין זינגען האט מען געלויבט פאר טעכנישער ראפינירקייט און עמאציאנעלער אויסדריקלעכקייט.דער רעפערטואר האט באשטאנען פון יידישע [[פאלק]]ס-לידער,לידער פון היינטצייטיקע יידישע [[קאמפאזיטאר]]ן אין ראטן-פארבאנד,לידער פון אנדערע פעלקער פונעם אמאליקן ראטן-פארבאנד און א-קאפעלע באארבעטונגען פון [[קלאסיש]]ער מוזיק. עס זיינען פאראן עטלעכע רעקארדירונגען פון דעם כאר.