אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידוואקאנס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''יידוואקאנס''' /אברעוויאטור פאר ''יידישער וואקאלער אנסאמבל''/ - אמאליקער יידישער כאר אינעם...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 01:54, 24 פֿעברואַר 2010

יידוואקאנס /אברעוויאטור פאר יידישער וואקאלער אנסאמבל/ - אמאליקער יידישער כאר אינעם געוועזענעם ראטן-פארבאנד.ער איז באווווסט געווען אויך אונטערן רוסישן נאמען יעוואקאנס /אברעוויאטור פאר / ЕВОКАНС (Еврейский вокальный ансамбль)

געשיכטע

דער גרונטלייגער זיינער און אנפירער איז געווען יהושוע שיינין.יידוואקאנס איז ארגאניזירט געווארן אין יאר 1929 אין כארקאוו.שפעטער האט דער אנסאמבל פארשטארקט געווארן מיט מער זינגער פונעם אדעסער יידישן כאר.זינט 1931 האט יידוואקאנס זיך געפונען אין קיעוו.אין 1935 האט דער כאר באקומען דעם ערן טיטל פון א פארדינסטפולער אקאדעמישער מלוכישער כאר-קאפעלע פון אוקראינישער ססר.אין 1939 איז יידוואקאנס ליקווידירט געווארן אויפן באפעל פון סאוועטישע מאכטן אין גאנג פון דער אנגעהויבענער סטאלינ'ס קאמפאניע פון יידישע פארפאלגונגען.

זינגען

יידוואקאנס איז געווען א געמישטער כאר,וועמענס באשטאנד האט באטראפן פון 30 ביז 60 זינגער. ער האט געזונגען א-קאפעלע.א חוץ כארקאוו און קיעוו,האט יידוואקאנס גאסטראלירט איבער אנדערע שטעט,אריינגערעכנט מאסקווע און לענינגראד.זיין זינגען האט מען געלויבט פאר טעכנישער ראפינירקייט און עמאציאנעלער אויסדריקלעכקייט.דער רעפערטואר האט באשטאנען פון יידישע פאלקס-לידער,לידער פון היינטצייטיקע יידישע קאמפאזיטארן אין ראטן-פארבאנד,לידער פון פעלקער פונעם אמאליקן ראטן-פארבאנד און א-קאפעלע באארבעטונגען פון קלאסישער מוזיק. עס זיינען פאראן עטלעכע רעקארדירונגען פון דעם כאר.