אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעשה בראשית"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 20:
 
== די [[בבל|בבלישע]] מיטאס "הענומע העליש" ==
די מיטאס דערציילט אז די וועלט איז באשאפן געווארן נאך די געשיכטע: פאר די בריאה זיינען געוועזן צוויי געצינער: דער גאט פון די זיסע וואסער "אפסו" און דער גאט פון די געזאלצענע וואסער "טימאס". זיי האבן געבארן דער גאט "אנשר" און פון אנשר זיינען ארויס נאך געצינער. אין א צייט ארום האבן "אפסו" מיט "טיאמס" געוואלט הרגענען אלע אנדערע געצינער ווייל זיי האבן געשטערט זייער רוהע. דער גאט "אאה" האט גערן איינגעשלעפערט "אפסו" און אים געהרגעט. נאך דעם איז "מרדוך"ס [[ארמיי]] ארויס א [[מלחמה]] קעגן "טימאס" ארמיי, און מרדוך געווינט די מלחמה. גלייך נאך די מלחמה האט מרדוך מחליט געווען צו באשאפן די וועלט, האט ער צושניטן "טימא"ס [[קערפער]] אויף צווייען, מיט איין טייל האט ער באשאפן די [[הימל]] און מיטן צווייטן טייל האט ער באשאפן די [[וועלט]] און באשטימט די [[זון]]/[[לבנה]]/[[שטערן]] אלץ געצינער. נאכער האבן די געניצער באשאפן דער [[מענטש]] פון א [[דינסט]] פון "טימאס" מיטן נאמען "קינגא", און צום סוף האבן די אלע געניצער געמאכט א גרויסע [[פארטיי]] אויף זייער געווין.
 
אין אנפאנג [[ספר בראשית]] קען מען זען ווי די תורה איז מבטל די מיטאס (אויך די מיטאס פון קראקאדיל) {{דיק|וְחֹשֶׁךְ, עַל-פְּנֵי '''תְהוֹם'''. וַיִּבְרָא '''אֱלֹהִים''', אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים|[[ספר בראשית|בראשית]] א'}} לויט די [[תנכישע פארשער]] טרעפט מען אין אנדערע פלעצער אין תנ"ך אמונות אין די אלטע באווסטע מיטאסן פון די קריג צווישן גאט מיט די וואסער אדער מיטן קראקאדיל. {{דיק|הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחְצֶבֶת רַהַב, מְחוֹלֶלֶת תַּנִּין הֲלוֹא אַתְּ-הִיא הַמַּחֲרֶבֶת יָם, מֵי תְּהוֹם רַבָּה|[[ספר שעיהו|ישעיהו]] נא}}