אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אריה לייב צינץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
== אפשטאם ==
 
'''רבי אריה ליב''' איז געבוירן אין [[פינטשאוו]], אין יאר [[ה'תקכ"ח]] צו זיין פאטער הרב '''[[משה אייבשיץ]]''', רב אין [[פינטשאוו]], א זון פון הרב ר' יהודה לייב, וואס איז געווען א ברודער פון הרב [[יהונתן אייבשיץ]]. עס איז אינטערעסאנט אז ער איז געבוירן פיהר יאהר נאך דעם וואס זיין פעטער רבי יהונתן איז נפטר געווארן, אבער אין זיינע ספרים האלט ער זיך פאר א תלמיד פון איהם. ער ברענגט איהם שטענדיג אראפ, און רורט זיך נישט אהן איהם, אין זיין ספר [[מגן האלף]] האט ער געדרוקט צוזאמען מיט די חידושין פון רבי יהונתן, אויך זיין ספר אויף הל' רבית האט ער געדרוקט די חידושים פון רבי יהונתן [[כרתי ופלתי]].
 
== זיין יוגנט ==
 
'''רבי אריה ליב''' האט שוין יונגעהייטיונגערהייט ארויסגעוויזן זיין שארפקייט און זיין ברייטן פארנעם אין לערנען, אין עלטער פון פינף און צוואנציג יאר האט ער ארויסגעגעבן אין [[פראג]] זיין ערשטן [[חיבור]] [[יעלת חן]].
 
זייענדיג אין פראג האט '''רבי אריה ליב''' זיך באקענט מיט דעם גרויסן [[גאון]] דער [[נודע ביהודא]] רבי [[יחזקאל לאנדא]], '''רבי אריה ליב''' האט אים איבערגעלאזט זיין חיבור אויף [[מסכת כתובות]] איבער צוקוקן, און אים געבן זיין [[הסכמה]]. ווען דער נודע ביהודא האט דורך געקוקט דעם ספר האט ער געזען אז '''רבי אריה ליב''' האט זייער פיל צוגעטראפן צו דעם [[ספר הפלאה]] פון רבי [[פנחס הורוויץ]], וואס איז ארויס נישט לאנג פריער אין [[פראנקפורט]].