אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תנאים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 22:
דער [[רמב"ם]] אין זיין [[הקדמה]] פון [[משניות]] סדר זרעים רעכענט אויס איין און ניינצוג תנאים וואס עס ווערט פון זיי דערמאנט הלכות אין די משנה, און נאך זיבן און דרייסיג וואס עס ווערט פון זיי דערמאנט מוסר אדער אגדה. לויט אונזערע משניות איז דער ליסטע נישט קאמפלעט. א טייל פון די תנאים טוט דער רמב"ם גרופירן אין עלף גרופן לויט זייערע דורות, זעקס פון די זוגות און פינף פון די תנאים.
 
# '''[[אבא שאול]]''', פון אכטן [[דור]] נאך די [[אנשי כנסת הגדולה]],<ref Name="RPD">רמב"ם הקדמה משניות סדר זרעים פ"ד</ref> פון צווייטן [[דור]] תנאים, ווייזט אויס אז ער האט נאך געזען דעם [[בית המקדש]] <ref Name="MD2:5">מדות פ"ב מ"ה</ref>, ער זאגט נאך פון [[רבי יוחנן בן זכאי]],<ref Name="Av2:8">אבות פ"ב מ"ח</ref> ער איז געווען דער העכסטער מענטש פון זיין דור.<ref>נדה כ"ד ע"ב</ref>
# '''[[אבטליון]]''', פון זעקסטן [[דור]] נאך די [[אנשי כנסת הגדולה]],<ref Name="RPD"/> ער מיט זיין [[חבר]] '''שמעיה''' זענען געווען דער פערטער פון די [[תקופת הזוגות|זוגות]] <ref>אבות פ"א מ"י</ref>, ער איז געווען דער [[אב בית דין]] אין שמעיה דער [[נשיא]],<ref>חגיגה ט"ז ע"א</ref> פון זייערע תלמידים איז געווען [[הלל הזקן]] און [[שמאי הזקן]] <ref>אבות פ"א מי"ב</ref>, זיי האבן ביידע געשטאמט פון [[גר]]ים.<ref>גיטין נ"ז ע"ב</ref>
# '''אדמון''', פון זעקסטן [[דור]] נאך די [[אנשי כנסת הגדולה]],<ref Name="RPD"/> אין די צייטן פון אבטליון,<ref>ספר יוחסין</ref> זיין פאטער האט געהייסן '''גדאי''',<ref>כתובות ק"ה ע"א</ref> ער איז געווען פון די דייני גזירות פון [[ירושלים]].<ref>כתובות ק"ד ע"ב</ref>