אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 28:
 
== זיין סגנון אין שרייבן ==
 
דער חיד"א האט געשריבן אזוי ווי רוב ספרדים אין זיינע צייט, אויסדריקן געבויט אויף תלמוד פסוקים, און ארמית, וואס איז שווער אפילו צו פארשטיין איינע וואס איז נישט דערצו געוואנט, אבער ווי מער מען קוקט דערין זעהט מען ווי ער האט געהאט פאר זיך די גאנצע תורה, תנ"ך און תלמוד. דער חיד"א שרייבט אין זיין פי' אויף סדר חסידים [[ברית עולם]], די סיבה פארוואס תלמויד חכמים האבן זיך געוואנט צו שרייבן אזוי כדי זיי זאלן זיך געוואונען און נישט פארגעסן לשונות פון גמרא און חז"ל
 
דער חיד"א האט געשריבן אויסטערליש שנעל. און דעריבער גלייך ווען עס איז פארטיג געווארן א ספר, און ער האט געהאט א געלענגהייט עס צו דרוקן האט ער עס גלייך געדרוקט, נישט ווארטענדיג צו פארטיגן זיינע חידושים. און די שפעטערדיגע ספרים האט ער צוגעלייגט הוספות און נאך אויף דעם ענין. פאקטיש טרעפט מען אין יעדער ספר פונעם חיד"א הוספות און השמטות פון איין ספר צום צווייטן.