אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארלויפעגע תיקונים
אין תקציר עריכה
שורה 12:
 
== אכט טעג ==
 
איבער דער פראגע פארוואס די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג, כאטש דער נס מיט דעם קריגעלע אויל איז נאר געווען זיבן טעג - פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג - איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן, א טייל דערפון:
 
* פארשידענע ערקלערונגן וויאזוי דעם ערשטן טאג זעלבסט איז געשען א נס מיט דעם קריגעלע אויל <ref>בית יוסף - או"ח תר"ע</ref>.
 
* דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב אלס לויב פארן אויסלייזונג און טרעפן דעם קריגעלע אויל <ref>מאירי - שבת כ"א</ref>.
 
* דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב אלס געדענקעניש פון דעם נס פון זיגן די קריג <ref>פרי חדש - או"ח תר"ע</ref>.
 
* דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב ווייל דעמאלס האט מען באנייעט דעם בית המקדש <ref>שלטי גבורים - שבת</ref>.
 
* די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג, וויבאלד די יוונים האבן פארשטערט פון האלטן די מצוה פון מילה וועלכע איז צו אכט טאג <ref>בעל העתים, כל בו</ref>.
 
דער טעם פארוואס עס האט פאסירט דער נס אכט טאג, איז וויבאלד דאס פלאץ וואו די אויל איז געווען איז געווען ווייט פיהר טעג פונעם בית המקדש, עס האט גענומען פיהר טעג צו גיין און פיהר צוריק קומען, און די אלע אכט טעג האט מען גענוצט די ערשטע אויל (רוקח). אויך ווערט דערמאנט א טעם אז וויבאלד אלע אידן זענען געווען דעמאלטס בחזקת טמא פאר א טויטן מענטש, מען האט געמוזט ווארטן זיבען טעג זיך צו רייניגן פון ווען מען הייבט אהן, און איין טעג האט געדוירט צוגרייטן די אויל, עס צוקווועטשן און ארויס נעמען ריינע אויל (בית יוסף).