אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לבנון ברודער קריג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
איך האלט אינמיטן אויפשטעלן דעם ארטיקל
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 12:58, 4 דעצעמבער 2009

דער לבנון ברודער קריג האט זיך אנגעהויבן אין 1975, צווישן קריסטליכע מאראנען, און די פי-על-או, עס האט אנגעהאלטן פאר פופצן יאר, און עטליכע הונדערט טויזענט מענטשן זענען אומגעקומען, און אלע עטנישע גרופעס וואס געפונען זיך אין לבנון האבן טייל גענומען. סיריע, און ישראל, האבן געהאט זייערע אינטערעסן אינעם קריג, ווי זיי האבן טייל גענומען אינעם קריג, פינאנציעל, און פיזיש מיט זעלנער.

איידער דעם מלחמה

דער פאליטיק אין לבנון, איז איינעגעטיילט צווישן די פילע מינאריטעטן, דער פרעזידענט פון לבנון, איז שטענדיג א קריסט. דער פרעמיער מיניסטער, וועט אייביג זיין א סוני מוסלעמענער, און זייט דער שלום איז צוריק געקומען צום ראיאן, איז א שיאט דער פארזיצער אינעם פארלאמענט.

ביז 1989 איז אינעם פארלאמענט געוען 99 זיצן, איינגעטיילט סעקטאריאליש, צווישן קריסטן און מוסלעמענער, די קריסטן האבן שטענדיג געהאט לויטן זעלבסטשטענדיגקייט פארשטענדעניש, אן אויבערהאנט פון 55 פראצענט, אינעם פארלאמענט, פונעם גרינדונג פון לבנון אין 1943. דאס האט געברענגט צו א אומצופרידנהייט צווישן די מוסלעמענער באפעלקערונג אין לאנד, איבערהויפט ווען אלע פרעזידענטן, האבן פרובירט צו אונטערהאקן די פליגל פונעם פרעמיער, פרובירנדיג צו זיין מער מאכטפול.

די מוסלעמענער זענען איינגעטיילט געווארן, צווישן סוניס 22 פראצענט, שיאטן 18 פראצענט, דרוזן 15 פראצענט, אלאוויס. און וויבאלד די סוניס זענען געווען די מערסט מאכטפול, אין אלע שטאנדפונקטן, זענען זיי געווען די אלטימאטיווע רעגירער, פונעם אראבישן באפעלקערונג אינעם לעוואנט, וואס דאס האט געברענגט צו א פארביטערונג, אין די קלענערע מינאריטעט גרופעס קעגן די סוניס.

די קריסטן זענען איינגעטיילט, א מאיאריטעט מאראנען, 10 פראצענט גריכישע ארטאדאקסן, 6 פראצענט גריכישע קאטאליקן, און ארמענער.

דער לעבאנעזער פאליטישער וועזן

אין לבנון אנדערש ווי אין רוב דעמאקראטישע לענדער אין די וועלט, איז דער פאליטיק בעיקר צווישן פאמיליעס, דאס מיינט אז די מאכטפולע פאמיליעס הערשן איבער די שוואכערע, מיט אן אייזערנעם פויסט, און יעדע משפחה האט א פארטיי נאמען, צום ביישפיל ביי די דרוזן איז עס א געוויסער זשאמבלאט פאמיליע, וואס ביזן אנהייב פונעם ברודער קריג, איז כאמיל געווען דער אנפירער פועם פאמיליע, ער איז אומגעברענגט געווארן אין אן אטענטאט, און זיין זון וואליד, האט אים איבערגענומען, דער נאמען פון זייער פארטיי איז דער סאציאליסטישער פראגרעסיווער פארטיי, הגם דער פארטיי פארטרעט בלויז דרוזן, און עס האט גארנישט מיט סאציאליזם, אזוי ארבעט פאליטיק אין לבנון, אויפן דרוזישן זייט געפונט זיך נאך א פאמיליע, וואס זיי זענען אויף מעסער שטעך מיט זשאמבלאט, דאס איז דער ארסלאן פאמיליע, זייער קריגעריי גייט שוין אן פוןנעם 16טן יאר הונדערט.

צווישן די קריסטן, זענען די גרויסע פאמיליעס בעיקר געווען זשומייעל, שאמון, פראנזשיע, וואס טייל פון זיי האבן געפירט לבנון ביזן קריג, און דורכאויס דעם קריג.

צווישן די סוניס ווערן גערעכנט, דער צאלך פאמיליע, סאלאם, ביהום, יאפי, פון ביירוט, און קראמע, זשיסער, אכדאב, און מוקדעם, פאמיליעס אין טריפאלי(לבנון).

צווישן די שיאטן, איז עס איינגעטיילט כמאדע, און כיידער פאמיליעס אינעם לבנון טאל, אסאד, אסיראן, און זיין מאכטפולע פאמיליעס אינעם דרום טייל.

די פאמיליעס פירן דעם פאליטיק און יעדע פאמיליע שלאגט זיך מיטן אנדערע פאמיליע פונעם זעלבן געמיינדע, אויפן פירערשאפט פונעם לאנד.

פאליטישע פארטייען

די פאמיליעס אין לבנון האבן יעדער פאר זיך אויפגעשטעלט פארטייען, די פלאנגן פארטיי, אויפגעשטעלט דורך פייר זשומייעל, אין 1936 . דער נאציאנאלע ליבעראלן באוועגונג, געגרינדעט דורך קאמיל שאמון, אין די 1960גע יארן. ביי די סוניס, די ליגע פארן נאציאנאלע וועזן, דורכן צאלך פאמיליע.

פארטייען וואס זענען געווען בלויז אויפן אידעאלאגישן שיטה, איז זייער כח שטענדיג געווען א מינימאלע, ווי קאמוניסטן, באאט, אדער סירישע.

שטרייטן אינעם לאנד

דער לעצטער נאציאנאלע ציילונג, איז פארגעקומען אין 1932, זייט דעמאלט האט מען נישט געציילט אין לבנון, צוליבן קעגנערשאפט פון די קריסטן, ביים ציילונג זענען 54 פראצענט געווען קריסטן, די מוסלעמענער טענהן ביז היינט, אז דער נידעריגער געבורט ראטע צווישן קריסטן, און דער הויכער געבורט ראטע ביי מוסלעמענער, האט געברענגט די קריסטן צו ווערן א מינאריטעט.

לויט דער לעבאנעזער קאנסטיטוציע, קען א פרעזידענט בלויז דינען 6 יאר, איין קאדענציע, די ערשטע צוויי פרעזידענטן האבן פרובירט טוישן דעם געזעץ, קעגן דער ווילן פון זייערע אייגענע שטיצער, דאס אלעס כדי צו שטערן דעם פרעמיער, און נעמען ווי מער כח צו זייער זייט.

אין 1958, איז פארגעקומען א קליינע ברודער קריג, אבער עס האט זיך גאר שנעל געענדיגט ווען דווייט דעיוויד אייזנהאוער, דער פרעזידענט פון אמעריקע, האט אריינגעשיקט מארינען,

די שיאטן האבן זיך שטענדיג געפילט אויסגעשפילט פונעם לעבאנעזער געזעלשאפט זייענדיג ארעם נישט געבילדעט, און פארנעמענדיג זיך מערסטנס מיט אגריקולטור, ווען לבנון איז געווארן א פארגעשריטן, זענען זיי געבליבן אין די זייט,

די מיינונגס פארשידענהייטן

די קריסטן האבן זיך גערעכנט פארן סטאטוס קווא, ווילנדיג אז דער וועג ווי אזוי לבנון האט זיך געפירט ביז 1975, זאל ווייטער אנגיין, די מוסלעמענער פון זייער זייט, האבן געוואלט אז וויבאלד די קריסטן זענען מער נישט קיין מערהייט, זאל זיך דער שיטה טוישן.

דער ישראל זעלבסטשטענדיגקייט קריג

אין 1948 איז [[ישראל געווארן זעלבסטשטענדיג, וואס ווילנדיג אדער אומווילנדיג, זענען הונדערטער טויזענטער פאלעסטינער, אנטלאפן פון זייערע היימען, אסאך פון די אראבער פון חיפה, און די גליל, זענען אנגעקומען קיין לבנון, ווי זיי זענען אריבער צו פליטים לאגערן, אנדערש ווי יארדאניע אדער סיריע, ווי די פאלעסטינער האבן באקומען בירגערשאפט, און גלייכבארעכטיגונג, זענען די פאלעסטינער אין לבנון געבליבן אן גארנישט, זיי האבן נישט באקומען בירגערשאפט, די לאנד האט באגרעניצט זייער ארבעט צו בלויז 70 סארט ארבעט, וואס איז בעיקר געווען געשטעלט צו באגרעניצן זייער כח, נישט קענענדיג לערנען אין אוניווערזיטעטן, זענען זיי געבליבן אויסגעשפילט פון אלע זייטן.

אין 1969 ווען יארדאניע האט ארויסגעווארפן די פי על או פון איר טעריטאריע, זענען זיי געקומען קיין לבנון, לבנון האט איינגעשטימט, אז זיי קענען קומען, אבער מיט דער באדינג אז זיי בלייבן אין די לאגערן, זייענדיג שטערקער פונעם מיליטער, האבן זיי זיך נישט צוטון געמאכט, און האבן געטון וואס זיי האבן געוואלט. און דער זיכערהייט אין די לאגערן, און אינעם דרום טייל פונעם לבנון, איז אריבער צו זיי, פירנדיג זייער קאמף קעגן ישראל.

דער אויסבראך פונעם קריג

צוויי זאכן האבן פאסירט, וואס דאס ווערט פארעכנט אלס דער אויל וואס האט אנגעצינדן דעם פייער, אין צידון האט אויסגעבראכן א פראטעסט פון פישערס, קעגן דעם רעגירונג, פארן געבן א 99 יאר ליעס פאר קאמיל שאמון, צו קאנטראלירן די פיש מארקעט אינעם שטאט, די פראטעסטן זענען צושפרייט געווארן דורכן זיכערהייט אגענטור, און מארוף סאאד, א סוני פערזענליכקייט איז געשעדיקט געווארן אין זיין קאפ, ער איז שפעטער געשטארבן אין שפיטאל פון זיינע ווונדן, דאס האט אויפגעברויזט די סוניס קעגן די רעגירונג.

די צווייטע פאסירונג, איז דער אטענטאט פארזוך אויף פייר זשומייעל, ביי א צערעמאניע. א פארבייפארענדע אויטא, האט געשאסן אין זיין ריכטונג, און די קריסטן האבן באשולדיקט די פאלעסטינער אין זיין פארמישט אין דעם. און אלס נקמה, האבן קריסטליכע באוואפנטע קרעפטן אטאקירט אן אויטאבאס פון פאלעסטינער, וואס איז געפארן צו א דערנעבנדיקע פליטים לאגער, די קריסטן האבן געטענהט, אז די פאלסטינער זענען געווען באוואפנט, די פאלעסטינער האבן געטענהט אז די מענטשן זענען געווען ציווילע, מיט פרויען און קינדער, בערך 20 זענען אומגעקומען אינעם אטאקע אויפן אויטאבאס.