אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צבי הירש האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 13:
אין יאר [[ה'תרל"ז]] איז '''רבי הערשעלע''' געווארן רב אין [[ניסקא]], דארט איז ער געווען אומגעפער צען יאר ביז אין יאר [[ה'תרמ"ז]], ווען זיין פאטער דער גארליצער רב איז געווארן רב אין [[גארליץ]], האט מען אויפגענומן '''רבי הערשעלען''' אלס רב אין [[רודניק]] אויף זיין פאטער'ס ארט.
 
'''רבי הערשעלע''' איז געווען אויסגעקאכט אין [[קבלה|תורת הקבלה]] ווי זיין זון רבי [[יקותיאל יהודה האלבערשטאם | זלמן לייב]] (שפעטער באקאנט אלס דער [[ צאנז-קלויזענבורג (הויף)| קלויזנבורגער רב]]) דערצייילט, מאנכע מאל האט ער אים געזאגט טיפע זאכען, ער האט זיך געווינדערט, אז ס'איז נאך פארהאן אין דעם [[דור]] א מענטש וואס זאל קענען דאס דערגרייכן.
 
ביי די [[ערשטע וועלט קריג]] איז '''רבי הערשעלע''' אנטלאפן מיט זיין פאמיליע קיין [[אונגארן]], די צווייטע נאכט [[חנוכה]] [[ה'תרע"ה]] זענען זיי אנגעקומן קיין [[קליינווארדיין]], דארט האט ער געזוכט ווי צו זיין, זיין'ס א באקאנטער הרב מענדל מאיר יעקאבאוויץ האט אים אוועק געגעבען זיין וואוינונג.