אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברכה משולשת"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
דובעצק
שורה 4:
== דער מחבר ==
 
רבי '''[[צבי אלימלך שפירא]]''' זצ"ל איז געבוירן אין יאר [[ה'תקמ"ג]] <small>(אומגעפער)</small>, און איז נפטר געווארן [[י"ח טבת]] [[ה'תר"א]]. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: [[דינאוו]], [[ריבאטוטש]], [[סטריזשעוו]], [[לאנצהוט]], [[קאלאמיי]], [[האלאשיץ]], [[בערטש]], [[דזשילבערץ]], [[דיבעצקדובעצק]], [[מונקאטש]], נאכהער צוריק אין דינאוו.
 
'''רבי הערש מיילך''' האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר '''ברכה משולשת''' איז נאך באקאנט:
[[אגרא דכלה]], [[אגרא דפרקא]], אזהרות מהרצ"א, [[בני יששכר]], [[דברים נחמדים]], דרך עדותיך, [[דרך פקודיך]], הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, [[והיה ברכה]], חדושי בני יששכר, [[חדושי מהרצ"א]], טעמי המצותהמצוות, [[כלי הרואים]], [[לקוטי מהרצ"א]], [[מגיד תעלומה]], [[מעין גנים]], [[חכמת הנפש (קדמון)|נחל אמונים]], סדר הקרבנות, [[רגל ישרה]], [[ריח דודאים]], תקנות תמכין דאורייתא.
 
== אינהאלט ==
 
דער ספר '''ברכה משולשת''' איז פירוש אויף [[משניות]] פון [[סדר מועד]] ביז נאך [[סדר קדשים]], וואו דער מחבר פארענטפערט דעם [[ברטנורא]]. דער ספר איז געדרוקט געווארן פון די כתבים וואס זענען געווען ביי זיין אייניקל דער [[בוקאווסק]]ער רב, רבי [[מאיר יהודה שפירא (בוקאווסק)|מאיר יהודה שפירא]].
 
== אויסגאבעס ==