אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 23:
אפילו פין די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן עם האבען געהאלטען אז ער שרייבט אסאך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטען לויטן דורך התורה, אין אז ער איז פארפארען דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט די ריכטיגע וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדע זאך איז דא א ניצוץ אלקי, אין אז מ'דארף דאס מעלה זיין.
 
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. אויך האבען אסאך רבנים פין אונגארין, אין א טייל רבנים פין ליטא געהאלטען מיט די קנאים פין ירושלים. הרב קוק'ס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי יעקב משה חרלפ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפ'ן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" ווי ער פרובירט צו ערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון פילע פון די רעיונות געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ער דיין ר' צבי פסח פראנק, ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ער רב ר' [[שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.
 
 
 
דער מחלוקת איז געווארן אזוי איבערגעהיצט ביז דער אדמו"ר בעל [[אברהם מרדכי אלתר|אמרי אמת]] פון גער איז פארבעטן געווארן צו קומען קיין ארץ ישראל און פרובירן איינשטעלן שלום. דינסטאג, ד' ניסן תרפ"א, איז דער בעל אמרי אמת אנגעקומען קיין ירושלים. באלד א חודש צייט איז דער אמרי אמת פארבליבן אין ארץ ישראל, און פילע שעות איז ער געזעסן און אויסגעהערט די טענות פון ביידע צדדים. אויפ'ן שיף פארנדיג צוריק קיין אייראפע האט ער אפגעשריבן זיין מסקנא אויף די נושא.