אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק הכהן קוק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 21:
א טייל פון די רעיונות אין "אורות" האבן געברענגט די אויפמערקזאמקייט פון קנאים אין ירושלים, וואס האבן געהאלטן אז עס זענען געשריבן דארט זאכן וואס זענען נישט לויט'ן דרך התורה. די קנאים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיט'ן נאמען ''קול שופר''. דער גרעסטער טייל דערפון איז געווען גאר א שארפע בריוו און חרם אויף רב קוק'ס קונטרס "אורות" מיט דער חתימה פון רבי יוסף חיים זאנענפעלד און רבי יצחק ירוחם דיסקין.
 
אפילו פין די וואס זענען נישט ארויסגעגאנגען קעגן עם האבען געהאלטען אז ער שרייבט אסאך רעיונות וואס איז נישט אויסגעהאלטען לויטן דורך התורה, אין אז ער איז פארפארען דורך אפטייטשן ענינים אין [[קבלה]] נישט די ריכטיגע וועג. בפרט די ענינים אז אין יעדע זאך איז דא א ניצוץ אלקי, אין אז מדארףמ'דארף דאס מעלה זיין.
 
א פייער פון מחלוקת האט אויסגעבראכן, אין וועלכן פיל יקירי ירושלים זענען געווארן אריינגעכאפט. הרב קוק'ס ידיד נפש און תלמיד מובהק, רבי יעקב משה חרלפ (וואס זיין פאטער האט געדינט אויפ'ן בית דין פון הרב דיסקין, און ער אליין איז געווען שטארק צוהילף רב דיסקין צו ווערן אנעגענומען ביי אלע קרייזן אין ירושלים) האט געשריבן א קונטרס "טובים מאורות" ווי ער פרובירט צו ערקלערן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון פילע פון די רעיונות געדרוקט אין "אורות". אנדערע חשובע נאכפאלגער פון הרב קוק זענען געווען דער ירושלימ'ער דיין ר' צבי פסח פראנק, ר' יחיאל מיכל טוקאטשינסקי (אן אור-איידעם פון ירושלימ'ער רב ר' [[שמואל סאלאנט]]), ר' צבי דוד הירשביין (פון די זקני חסידי גער אין ירושלים), ר' ישראל פורת, ר' מנחם מענדל פרוש, ר' אייזיק בן טובים, און נאך.