אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנשה מלך יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''מנשה''' איז געווען דער 14סטער [[קעניג]] אויף [[מלכות יהודה]]. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געוועזן 12 יאר אלט און געהערשט 55 יאר. זיין מאמע האט געהייסן "חפציבה".
 
לויט ווי עס שטייט אין [[ספר מלכים]] (פרק ב') און אין [[ספר ירמיהו]] (פרק ט"ו) איז ער געווען דער שטערקסטער זינדיקער אין באצונג צו אנדערע קיסרים פון מלכות יהודה, און וועגן אים האט [[גאט]] 60 יאר שפעטער [[גולה]] געווען [[ייד|כלל ישראל]] און חרעב געמאכט דער [[בית המקדש]]. אבער לויט ווי עס שטייט אין [[ספר דברי הימים]] האט מנשה תשובה געטאן ווען ער איז געווען אין [[תפיסה]] אין [[בבל]] נאך וואס ער האט רעוואלטירט קעגן [[אשור]], און [[גאט]] האט אים באוויליגט און אים צוריקגעקערט קיין [[ירושלים]], און דאן האט מנשה חרעב געמאכט אלע [[געטשע]]ס. {{דיק|וידע מנשה כי ה' הוא האלוהים|דברי הימים ב' פרק ל"ג}}.
 
זיינע זינד:
* ער האט איינגעפירט צו דינען [[עבודה זרה]] און האט אפילו אריינגעבריינגט [[געטשע]]ס אין [[בית המקדש]].
* ער האט געבויעט [[בית המקדש#דער בית המקדש אנטקעגן די צעשפרייטע מזבחות|צעשפרייטע מזבחות]] אנערש ווי זיין טאטן [[יחזקיהו]] וואס האט איינגעפירט צו דינען [[גאט]] נאר אין [[בית המקדש]].
* ער האט [[קרבן|מקריב]] געווען זיין זון פאר עבודה זרה וואס איז פארבאטן לויט די [[תורה]].
* ער האט געהרגעט אומשולדיגע מענטשן.
 
* לויט ווי עס שטייט אין [[גמרא]] האט מנשה געהרגעט דער נביא [[ישעיהו]].