אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קלאד מאנע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אַ בילד
מאין תקציר עריכה
שורה 2:
 
 
'''קלאָד מאָנע''' ([[פֿראַנצױזיש]]: ''Claude Monet'') איז געװען אַ פּראָמינענטער [[פראנקרייך|פֿראַנצױזיש]]ער [[קינסטלער]], אײנער פֿון די גרינדערס פֿונעם [[אימפּרעסיאָניסט]]ישן נוסח אין [[מאלעריי|מאָלערײַ]]. אַ
ער איז געבױרן געװאָרן דעם 14טן נאָװעמבער 1840 אין [[פּאַריז]] ([[פראנקרייך|פֿראנקרײַך]]) אין דער משפּחה פֿון אַ שפּײַזקרעמער. זײַן מוטער איז געװען אַ [[זינגער]]ין.
 
אין זײַנע [[בילד]]ער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פֿאַרבנרײַכע אימאַזשן פֿון דער [[נאַטור]], [[דאָרפֿ]]ישע און [[שטאָט]]ישע [[לאַנדשאַפֿט]]ן. אין 1872 האָט ער געשאַפֿן זײַן באַרימטן לאַנדשאַפֿט-בילד "אַן אײַנדרוק: דער זון-אױפֿגאַנג" (''Impression: soleil levant''). דער טיטל פֿון אָט דעם װערק איז שפּעטער געװאָרן דער נאָמען פֿון דער גאַנצער אימפּרעסיאָניסטישער [[קונסט]]-באַװעגונג.
 
קלאָד מאָנע איז נפֿטר געװאָרן דעם 5טן דעצעמבער 1926 אינעם שטעטל זשיװערני (''Giverny''), אין נאָרמאַנדיע. זײַן קבר געפֿינט זיך דאָרטן אױפֿן [[קלױסטער]]-[[צווינטער]].