אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל פון וויטעבסק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אַ נײַער אַרטיקל: רבי מנחם מענדל װיטעבסקער...
 
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''רבי מנחם מענדל װיטעבסקער''' (מנחם מנדל מװיטבסק) איז געבױרן געװאָרן אין 1730 אין [[װיטעבסקוויטעבסק]], [[פּױלן]] (איצטער אין [[װײַסרוסלאַנד]]), און נפֿטר געװאָרן אין 1788 אין [[טבריה]], [[ארץ ישראל]].
 
ער איז געװען אײנער פֿון די ערשטע גדולים אין דער [[געשיכטע]] פֿון דער [[חסיד]]ישער באַװעגונג. אַ חשובער תּלמיד פֿונעם [[מעזריטשער מגיד]], האָט ער געשפּילט אַ בכבודיקע ראָליע אין פֿאַרשפּרײטן [[חסידות]] אין רײַסן (װײַסרוסלאַנד) און [[ליטע]]. נאָך דער פּטירה פֿונעם מעזריטשער מגיד איז ער געװאָרן דער מנהיג פֿון חסידים אין יענע מקומות. זײַן ייִנגערער מיטצײַטלער און דער קומענדיקער גרינדער פֿונעם [[חב"ד]]-חסידות, רבי [[שניאור זלמן ליאַדער]], האָט אים דאַן געהאַלטן פֿאַר זײַן רבי'ן.