אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה קוסעוויצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''משה קוסעוויצקי''' (ל' סיון ה'תרנ"ט - ז' אלול תשכ"ו) איז געווען איינע פון די ריזן פון חזנות....'
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''משה קוסעוויצקי''' (ל' סיון ה'תרנ"ט - ז' אלול תשכ"ו) איז געווען איינע פון די ריזן פון [[חזנות]].
 
משה איז געבוירן אין [[סמארגאן]] (היינט [[בעלארוס]]) ל' סיון ה'תרנ"ט צו זיין פאטער אביגדור וואס איז געווען א לערער אויף מוזיק און זיין מוטער אלטע, א [[פיאניסט]]קע און א טאכטער פון א חזן. משה'ס דריי ברידער – יעקב, דוד און שמחה – זענען אויך געווען באוואוסטע חזנים.
ביי דער עלטער פון 21 האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס חזן אין [[ווילנע]] און נאכהער איז ער געווארן חזן אין דער טלאמצקע שול אין [[ווארשע]], [[פוילן]], ביזן קריג. משה איז אנטלאפן קיין [[רוסלאנד]] מיט זיינע ברידער . נאכן קריג איז משה צוריק קיין פוילן ביז תש"ז ווען ער האט זיך געצויגן צו [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]] און דערנאך צו די [[פאראייניגטע שטאטן]].