אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שינאווא (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''[[שינאווא]]''', [[וועסט גאליציע]], איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער שינאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם]], באקאנט אלס דער שינאווער רב, וואס איז אן אפצווייג פון דעם צאנזער דינאסטיע.
 
(אין ווירקליכקייט האבען דארט שוין געוואוינט פריער אנדערע חסידישע רבנים, צ.ב.ש. רבי [[משה טייטלבוים (ישמח משה)|משה טייטלבוים]] דער ישמח משה).
 
טראץ דעם וואס דער שינאווער רב איז געווען דער עלצטער זון און א גרויסער אנהענגער פון זיין פאטער רבי [[חיים האלבערשטאם]] דער צאנזער רב, דאך האט ער שוין אין יאר [[ה'תרט"ו]]<ref>''י"ג אורות מערכת שינאווא פרק ה'''</ref> נאך ביים פאטער'ס לעבן אנגענימען קוויטלעך און מיט פארשידענע אויפפירונגן (מנהגים) זיך געפירט אנדערש ווי זיין פאטער, און אויך ביי געוויסע זאכען וואס האבן געהאט צוטוהן מיט הלכה האט ער געפסקנט נישט ווי דער פאטער.