אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אפיקורס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קעפל ראנג
שורה 3:
עס זענען דא אפיקורסים וואס גלייבן אין [[גאט]] אבער נישט אין תורת משה מסיני. צוליב דעם, אידן פון די [[רעפארם]] און [[קאנסערוואטיוו|קאנסערוואטיווע]] באוועגונגען ווערן ביי די [[פרומע]] פארעכנט אלץ אפיקורסים טראץ דעם וואס זיי גלייבן אפטמאל אין גאט, און פירן זיך מיט פילע פון די אידישע הלכות און מנהגים.
 
===וואס טייטש אפיקורס?===
 
דער [[רמב"ם]] אין [[פירוש המשנה]] ([[סנהדרין]] י,א. עמוד קמ) זאגט אז אפיקורס איז אן [[אראמיש]] באליידיקונג ווארט. אין אן אנדער ארט אין [[רמב"ם]] ווערט צוגעברענגט אז א יוונישער [[פילאסאף]] האט געטראגן דעם נאמען און וויבאלד יענער האט געווען אן [[אטעאיסט]] רופט מען אלע וואס גייען אין זיין שיטה אן אפיקורס. זעט אין [[מורה נבוכים]] (א. עג ביי די ענדע ההנחה הראשונה; ג,יז). און אזוי שרייבט אויך דער מחבר פון [[ספר הדורות]], אז עס זענען געווען צוויי אטעאיסטן איינער האט געהייסן אפיקורס און איינע [[מין]], דעריבער ווער עס גלייבט נישט אין גאט רופט מען אהן מיט די נעמען.