אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ←‏ביאגראפישע נאטיצן: פארראכטן לינק
←‏ביאגראפישע נאטיצן: אריבערגעפירט אפטיילונג צו יעקב יוסף טווערסקי
שורה 84:
=== דער פריערדיגער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל ===
דורך דער פריערדיגער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף, איז דאס חסידות געווארן איבערגעפלאנצן און אויפגעבויט אין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט קריג. דאס גרינדונג פון שיכון סקווירא איז אין זיין צייט פארעכנט געווארן אלץ א אומפארגלייכבארער אויפטו אין די היסטאריע פון חסיד'ישע הויפן, און פיל אנדערע זענען פון דעם אינספירירט געווארן דאס נאכצוטוהן, אריינגערעכנט דעם [[סאטמאר|סאטמארער]] שטעטל [[קרית יואל]], געגרינדעט דורך ר' [[יואל טייטלבוים]] זצ"ל אין [[מאנרו]], [[ניו יארק]].
 
====ביאגראפישע נאטיצן====
ר' יעקב יוסף איז געבוירן אין סקווירא אין תר"ס. אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען אן אויסערגעווענליכער מתמיד. ער האט פארציילט אז ווען ער פלעגט זיך וועלן אפרוהען פלעגט ער דורכטון דעם רמב"ם'ס הלכות קידוש החודש. ער איז גערופן געווארן אלץ יונגער בחור זיך צו שטעלן צו די מיליטער, אבער דורך שתדלנות פון עסקנים איז אים געלונגען זיך ארויסצודרייען דערפון. עס איז באקאנט אז ווען מען האט אים גענומען זיך צו שטעלן איז געווען אין שבת. ווען מען האט אים ארויסגעלאזט האט מען פערלאנגט פון אים אונטער צו חתמ'ן א פאפיר, אויף וועלכער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען כאטש עס האט געטרויעט אז דער גאנצער שתדלנות וועט בטל ווערן. צום סוף איז אים געלונגען נישט צו דארפן חתמ'ן. ווען ער איז אהיימגעקומען שבת נאכמיטאג האט אים זיין פאטער ר' דוד'ל די ערשטע זאך געפרעגט צו ער האט גע'חתמ'ט. דערנאך האט ער אים געהייסן גיין אויסזאגן תהלים און דורך לערנען אור החיים אויפ'ן פרשה כמנהג סקווירא, וואס צוליב דער מצב האט ער נאך נישט געהאט געטון.
 
אלץ א בחור אין עלטער פון צוואנציג, נאכדעם וואס זיין פאטער איז אוועק אין יאר תר"פ, און דער מצב פון אידן אין רוסלאנד האט זיך געהאלטן אין איין ערגערן צוליב דער אויפשטאנד פון די בולשעוויקן, האט ער זיך אוועקגעצויגן מיט זיין מוטער קיין רומעניע צו וואוינען נעבן זיין עלטערער ברודער ר' [[יצחק טווערסקי מקעשינוב|איציקל קעשינובער]], וועלכער האט דאן אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
אין יאר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט טראני, די טאכטער פון ר' [[פנחם מאוסטילא|פיניעלע אוסטילא'ר]], וועלכע איז געווען א זון פון ר' [[מרדכי מראחמסטריווקא|מאטעלע ראחמסטריווקא'ר]] און אן איידעם פון בעלזער רב ר' [[ישכר דוב רוקח מבעלזא|ישכר דוב]]. ר' יעקב יוסף איז געפארן וואוינען אין בעלז ביי זיין עלטער שווער, וואו ער איז געווארן באקאנט שוין אלץ יונגערמאן אלץ גאר א פרומער. ער האט זיך אויך דארט געווארן שטארק בידידות מיט זיין פעטער, דער שפעטערדיגער בעלזער רב ר' [[אהרן רוקח|אהרן]].
 
ווען זיין שווער, ר' פנחס, וועלכער איז געווען רב אין אוסטילא, האט פארלאזט דעם שטאט און זיך געצויגן אויף פשעמישל האבן די אוסטילא שטאטסלייט זיך געבעטן ביי ר' יעקב יוסף אנצונעמען דעם פאסטן. ר' יעקב יוסף האט געענטפערט קורץ אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן. דאס האט אים געוואונען גאר שטארקע רעספעקט ביים עלטער שווער, ר' ישכר דוב.
 
שפעטער האט זיך ר' יעקב יוסף געצויגן קיין קאלאראש וואו ער האט אנגעהויבן פירן רביסטווע, און שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין [[יאס]]. מיט דער צייט איז זיין נאמען ארויס אלץ אן איש קדוש.
 
אין די מלחמה יארן איז ער געווען אין [[בוקארעשט]], און שטארק געליטן פון די דייטשן פון וועמען ער האט זיך עטליכע מאל קוים ארויסגעדרייט מיטן לעבן. אויף איין פאל, אין תמוז תש"ג? (אדער תש"ד?), איז ער געפירט געווארן אין א פארמאכטע באן אנגעשטאפט מיט מענטשן אן קיין ביסל עסן אדער טרינקען אין א שווערע אומדערטרעגליכע היץ. די באן איז געפארן אן קיין ציל און פיר טעג דערנאך ווען די באנען האבן זיך אפגעשטעלט זענען געווען נאר פיר מענטשן אין דעם וואגאן ביים לעבן. פון ערגעץ וואו איז געברענגט געווארן וואסער און ר' יעקב יוסף האט געשלינגען צוויי מאל פון דעם גלאז. ער האט שפעטער זיך אפגערעדט אז דער ערשטער שלינג איז געווען נייטיג אויף צו לעבן, אבער דער צווייטער איז נישט געווען מער ווי א תאוה. ער האט נאך דעם עפיזאד זיך אונטערגענומען אויסצוזאגן תהלים יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען, און נישט צו עסן קיין פלייש אדער ברויט אחוץ אין שבת.
 
==== דאס אויפבוי פון שיכון סקווירא ====