אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13:
אין יאר [[ה'תרי"ז]] איז רבי אהרן אויפגענימען געווארן דורך זיין פאטער - דער צאנזער רב - אלץ [[קרייז]] <small>(גליל)</small> רב פון צאנז.
 
נאך די [[פטירה]] פון פאטער - דער צאנזער רב - האט זיך געשאפען א דיסקאסיע איבער דעם צאנזער רבנות. זיין ברידער רבי [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם (שינאווא)|יחזקאל שרגא]] – דער [[שינאווא]]ער רב – האט געהאלטען אלץ עלטסטער זין געהערט דאס רבנות צו אים, דערגעגען רבי אהרן - דער קרייזער רב - האט געהאלטען אז וויבאלד אין די לעצטע יארן ביים פאטער'ס לעבען האט ער געפירט דאס גאנצע רבנות געהערט דאס אים. נאך איין יאר אומגעפעהר האט איינער געשריבען א שענדליך ארטיקל אין די צייטונג געגען שינאוואער רב, האט דער שינאוואער רב געזאגט "אז מען לייגט שוין אין די צייטונגען וועל איך גיין", אין ער האט דאן פארלאזט די שטאט צאנז. אין א געלעגענהייט שפעטער איז דער שינאוואער רב געווען אין צאנז, איז ער געווען באזוכען דעם ברידער דער קרייזער רב, שמועסענדיג אין לערנען, האט דער שינאוואער רב געגעבען א קלאפ אין טיש, אז ער איז [[מוחל]] אויף דעם רבנות.