אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נפתלי הורוויץ (דעמביץ)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
וויקיזירט
שורה 7:
==רבנות==
 
'''רבי נפתלי'טשע''' האט געהאט יונגערהייט זייער א הערלעכע שטימע, און איז געווען א געוואלדיגער טאלאנטפולער זינגער. אין א געלעגענהייט ווען זיין פעטער דער [[דזשיקאוו]]ער רב 'דער "'''אמרי נועם''' האט חתונה געמאכט, האט '''רבי נפתלי'טשע''' געוואלט פארן זינגען ביי דער חתונה, אבער זיין עלטערער ברודער '''רבי אלטער'ל''' האט אים פארבאטן צו פארן, וויבאלד די באציאונגען צווישן דעמביצער הויף און דזשיקאווער הויף איז נישט געווען אמבעסטן. '''רבי נפתלי'טשע''' האט דאך געוואלט פארן, אבער ער איז געווארן הייזעריק און פארלוירן זיין שטימע און מער קיינמאל נישט געקענט זינגען, מיטאמאל זיין א בעל תפלה. '''רבי נפתלי'טשע''' איז געווען א גרויסער קעמפֿער קעגן דער ציוניסטשער באוועגונג, ווען זייער אנפירער [[הערצל]] איז געשטארבן האט '''רבי נפתלי'טשע''' געמאכט א סעודת הודאה.
 
נאך דער פטירה פון זיין שווער האט '''רבי נפתלי'טשע''' אנגעפירט מיט זיין שווער'ס געשעפטן אין [[דוקלא]], אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין ערפאלג, און איז צוריק געקומען קיין [[דעמביץ]]. די יארן פון ה'תרפ"ד ביז ה'תרצ"ד האט '''רבי נפתלי'טשע''' פארברענגט אין [[אמעריקא]], ער האט דארט שטארק מצליח געווען, אבער ליידער האט אים זיין זון אלעס פארלוירן.