אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 85:
 
אויך זיין פרוי האט איהם אסאך געהאלפן, זי איז ארום געפארן אין פארשידענע מושבות און געגענטער אין ארץ ישראל אויסלערנען אידן די נייע שיטה פון ציוניזים, אז מען קען זיין א עכטער איד, אהן היטען די תורה בלויז מיט האבן א לאנד און רעדן די העבראישע שפראך, דאס איז געווען ביי יעדען א נייע זאך, און זי האט דאס זיי אויפגעקלערט מיט איהר דרשות.
 
דער צייטונג [[חבצלות]] פארציילט א פאסירונג מיט זיין פרוי, ווען זי איז ארום געגאנגען אין איינע פון די שטעטליך ארום ארץ ישראל, זי האט גערעדט בלויז עברית, די יודען פון דעם שטעטל האבן דאס אנגעקוקט פאר א גרויסע מעלה א פרוי זאל רעדן בלויז לשון קודש, און נאך דערצו זי קומט פון ירושלים, זיי האבן פארן כבוד פון ירושלים געמאכט א סעודה און איהר געלאדענט דארט אויפטרעטן א דרשה, אבער זי האט זיי אנטוישט, זי האט פארציילט ביי די סעודה וואס פארא השפעה איהר מאן האט אויף די יונגען אין ירושלים, ווי ווייט ער רייסט אפ דת פון יודען, זי האט פארציילט איהר מאן האט אזוי שטארק פיינט יעדער זאך וואס האט מיט דת, אז ער מיט א גאנצע חברה נעמען זיך צוזאם יעדן יום הכיפור אין זייער חצר, און מאכן דארט א ריזין סעודה מען עסט און טרינקט, און מען טאנצט צוזאמען, די פארזאמעלטע זענען דערשטוינט געווארן פון אזא סארט זאך ווייל דעמאלטס איז עס נאך נישט געווען אין ערגעץ.
 
בן יהודה איז געווען אזוי צוגעבונדען דעם שפארך, אז ווען זיין זיהן [[בן ציון בן יהודה]] איז געבוירן האט ער אפגעמאכט ער וועט בכלל נישט רעדן מיט איהם נאר העברייאש, ער האט אפגעמאכט אז ער וויל נישט זיינע קינדער זאלן האבן א שייכות מיט די גאס ארום, ווייל אנדערע קינדער רעדן דאך אידיש, אדער ספרדית, און זיינע קינדער וועלן נאך פארגעסן דאס לשון קודש שפראך, דעריבער האט ער זיי נישט געלאזט האבן מיט קיינעם קיין שייכות ער האט זיי איינגעשפטרט ביי זיך אין שטוב, ביז דריי יאהר האט דאס קינד בכלל נאך נישט געקענט רעדן געהעריג (חיי ומפעלו ע' 25).