אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאלצייט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
א '''מאָלצײַט''' איז א [[צייט]] ווערנט דעם טאג וואס איז אוועקגעשטעלט פאר [[עסן]], אדער מיט אנדערע אדער זיך אליין. עסן מוז מען ווייל אן דעם קען מען נישט לעבן, און מען ווערט [[הונגעריק]] עטלעכע מאל במשך דעם טאג; די מאלצייט שאפט די מעגלעכקייט צו מאכן פון דעם א קולטור. אין יעדער חברה איז איינגעפירט געוויסע צייטן אין טאג ווען מען עסט א מאלצייט אויף א טאג טעגלעכן אופן. אלס אויסנאם זענען דא געוויסע טעג—למשל [[שבת]] און [[יום טוב]] ביי [[יידן]]—אדער געוויסע סיבות—למשל א געבורטסטאג אדער א [[חתונה]]—ווען מען ענדערט די נארמאלע מאלצייטן. אפיציעלע באשטימטע מאלצײַטן װעלכע זײַנען ארגאניזירט װיפון א רעליגיעזע אדער געזעלשאפטלעכע סיבה ווערט אפט גערופן [[סעודה]].
 
אין רוב מאדערנע געזעלשאפטן איז מען געוואוינט צו דריי מאלצייטן אינעם טאג; [[פרישטיק]], [[מיטאג]] און [[וועטשערע]].