אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טעראר אטאקע אין מומביי (2008)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:2008 Mumbai attacks.svg|קליין|250px|די ערטער וואס מען האט אטאקירט]]
אום [[26 נאוועמבער|דערדעם 26טן נאוועמבער]] [[2008]] האט אנגעהויבן אין דער שטאט [[מומביי]] א קאארדינירטע טעראר אטאקע פון א גרויסער גרופע פון [[פאקיסטאן|פאקיסטאנער]] [[טעראריסט]]ן וואס האט אינפֿילטרירט פונעם ים און האט אויסגעהרגעט און פארוואונדעט הונדטערטע בירגערס, אינדיאנער און מערבדיקערס. טעראריסטן באוואפן מיט [[ביקס]]ן האבן געהערשט אויף עטלעכע ערטער, געהרגעט בירגערס און גענומען [[ערבניק]]עס. די אטאקע איז געווען גלײַכצײַטיק אין פארשידענע ערטער, פון זיי: [[טשהאראפאטי שיוואזשי סטאנציע]], [[טאזש מאהאל האטעל]], [[אבערוי טריידענט האטעל]] און דעם מומביי [[חב"ד הויז]] . אין די אטאקעס האבן זיי געהרגעאט מער ווי 195 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 300.
 
די טעראריסטן זענען אנגעקומען אין מומביי ארום ניין אזייגער אין דער אוונט. זיי זענען אריין אין א באן סטאנציע וואו זיי האבן געשאסן אויף מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען פון די באנען און געווארפֿן [[גראנאט]]ן. די האטעלן זענען איינגענומען געווארן דורך טעראריסטן וואס האבן געשאסן ווילדערהייט און געווארפן גראנאטן. א טייל פונעם האטעל איז ארויף אין די פֿלאמען. צו די זעלבע צייט האבן צוויי פון די טעראריסטן אויסגעזיכט דאס חב"ד הויז און געפֿאנגען די יידן וואס האבן זיך געפונען דארטן.