אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גוואנטאנאמע בעי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ar, be-x-old, bg, ca, da, de, eo, es, fi, fr, he, id, it, ja, ko, la, nl, nn, no, pl, pt, simple, sv, ta, uk, zh
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''גואנטאנאמע בעי''' ('''Guantánamo Bay''') איז א [[בעיבוכטע]] וועלכע געפינט זיך אין די גואנטאנאמע פראווינץ ביי דרום-מזרח [[קובא]]. די שטח איז היינט אונטער אמעריקאנער קאנטראל און אמעריקע אפערירט דארט א גרויסע מיליטערישע באזע און פארמאגט דערויף א פעדעראלע טורמע וואו עס ווערן אויפגעהאלטן אינטערנאציאנאלע טעראריסטן.
 
 
שורה 6:
דער ערשטער מענטש וועלכע האט באזוכט דאס ארט איז געווען [[קריסטאפער קאלאמבוס]] און זיין היספאנישע עקספלארער גרופע וועלכע האבן דארט געוויילט ביי זייער צווייטע רייזע קיין אמעריקע. קאלאמבוס האט געגליכן דעם שפיץ מער ווי אלע קאריביען אינזלן און האט דאס באזונדער אראפגעצייכנט אויף זיין מאפע אלס א ווערטפולע ארט. קאלאמבוס האט אבער געמיינט אז עס זענען פאראן עפעס אוצרות און ער איז אנטוישט געווארן ווען זיין גרופע האט נאך לאנגע זוכענישן גארנישט געפינען. נאך אלץ האט קאלאמבוס געגליכן די ברעג און געהאלטן א ספעציעלער אויג דערויף. קאלאמבוס האט עס א נאמען געגעבן פורטא גראנדע.
ווען די שפאנישע און בריטישע האבן שפעטער אנגעהויבן קומען קיין [[אמעריקע]] האט יעדער געוואוסט צו זאגן פון גואנטאנאמע בעי אבער דאך האט זיך קיינער נישט באזעצט דארט. די בריטישע זענען געווען די ערשטע דאס צו נוצן אלס א צייטווייליגע באזע פאר איר מיליטער. די בריטישע זענען אבער נישט דארט פארבליבן דארט צו לאנג און די שפאנישע האבן דאס איבערגענומען א קורצע צייט שפעטער. די שפאנישע האבן געאנקערט דארט זייערע מיליטערישע שיפן און א טראפיק האט זיך אנגעהויבן צווישן די וואסערן פון קובא קיין אמעריקע וועלכע האט אויסגערופן גרויס באמערקונג ביי די בריטישע וועלכע האט דאס נישט געשמעקט.
 
כאטש די בריטישע האבן נישט געהאט קיין ספעציעלע אינטערעסע אין גואנטאנאמע בעי האבן זיי נישט פארגינען די שפאנישע צו נעמען דאס ארט וועלכע זיי האבן פריער גענוצט און האבן באלד אהין געשיקט זייער מיליטער דאס צוריק אפצונעמען. די בריטישע האבן ערשט געפלאנט צו אטאקירן די שפאנישע שיפן פונעם [[אטלאנטיק אקעאן]] אבער אירע גענעראלן האבן דאס שפעטער אפגעווארפן אלס צו אומפראקטיש, אויס מורא אז די שפאנישע שיפן וועלן גרינג קענען האבן אן אויבערהאנט וויבאלד זיי האבן דאס לאנד אלס באשיצונג. אין די ענדע האבן די בריטישע איבערראשט די שפאנישע פון קובאנער טעריטאריע און האבן גרינג צוריקגענומען די גאנצע געגענט און אלע שפאנישע זענען פארטריבן געווארן.
 
די בריטישע זענען אבער נישט לאנג פארבליבן אין גואנטאנאמע ווייל נאך 4 מאנאטן האט אויסגעבראכן אן עפעדימיק און די איבער 2,000 סאלדאטן וועלכע האבן זיך דארט אויפגעהאלטן זענען אנגעשטעקט געווארן דערמיט און זייערע באזעס זענען פארוואנדעלט געווארן אלס איין גרויסער שפיטאל. די בריטישע מיליטער האט אהינגעשיקט דאקטוירים און באפוילן אז ווער עס איז אויסגעהיילט זאל אפטראגן פון דארט. נאך א משך פון עטליכע מאנאטן איז דאס גאנצע ארט געבליבן ליידיג. די בריטישע האבן כמעט פארגעסן פון דעם ארט און האבן דאס נישט צוגערירט ביז 100 יאר שפעטער אין 854' ווען די שוין דעמאלטדיגע פאראייניגטע שטאטן האט דאס ווידער גענוצט אלס א שפיטאל פאר קראנקע סאלדאטן וועלכע מען האט געדארפט האלטן אפגעזונדערט. די מיליטערישע שפיטאל איז דאן באקאנט געווארן אלס האספיטאל קעי און דער נאמען איז פארבליבן ביז'ן היינטיגן טאג. די שפיטאל איז היינט פיל קלענער ווי דעמאלט אבער איז פארבליבן מיט דעם סימבאלישן נאמען און היסטאריע.
שורה 50:
זינט דעמאלט איז די באזע געווארן אביסל נאכגעלאזט ביז די קאמף קעגן טעראריזם האט זיך אנגעפאנגן און די טויזענטער געפאנגענע טעראריסטן זענען אריבערגעברענגט געווארן אין די באזע צו ספעציעלע נייע טורמעס וועלכע זענען אויפגעשטעלט געווארן צו אקאמאדירן די ארעסטאנטן. היינט צו טאג איז די באזע זייער פארנומען מיט פילע אקטיוויטעטן וועלכע האט צו טאן מיט די קאמף קעגן טעראריזם. די ארעסטאנטן ווערן דארט געפארשט און די עקספערטן וועלכע זיצן איבער זיי שטודירן די אינפארמאציע און שטעלן טייל מאל אראפ די קומענדיגע שריט אין די קאמף קעגן טעראריזם.
 
די ארבעט אין די קאמף קעגן טעראריזם ווערט אנגעפירט דורך א פאראייניגונג פון דזשוינט טעקס פארס 160 און 170 וועלכע ווערן צוזאמען גערופן די דזשוינט טעקס פארס גואנטאנאמאגוואנטאנאמא.
 
[[קאַטעגאָריע:אמעריקע]]
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער מיליטער]]
[[קאטעגאריע:גאלףקערפער פון וואסער]]
[[קאַטעגאָריע:קובא]]