אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטשמעריש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ נייער בלאט: '''דייטשמעריש''' איז א באגריף פאר ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פונעם מאדערנעם דייטשיש (ניי הויך ...
 
מ מיין קאמפיוטער איז אצינד פארהאקט
שורה 1:
'''דייטשמעריש''' איז א באגריף פאר ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פונעם מאדערנעם [[דייטשיש]] (ניי הויך דייטש) וואס מ'האט אין אנהייב דעם 19טן י"ה אריינגעפירט אין יידיש, ווי למשל שטונדע אנשטאט שעה, שטראסע אנשטאט גאס אא"וו. (נייע פאראגראף) יידישיסטן האבן תמיד געפירט מלחמות קעגן דייטשמעריזם. למשל [[מאקס וויינרייך]] שרייבט: {{דיק|כל זמן יידיש איז געגאנגען ווי עס גייט זיך, כל זמן עס איז ניט געווען ביי יידן קיין תשוקה צו א קולטיווירטער [[כלל שפראך]], איז קיינמאל קיין שארפע מחיצה צווישן די ביידע שפראכן ניט געווען. וויבאלד מיר ווילן אויף אן אמת פירן אן אייגענע שפראכיקע באלעבאטישקייט, איז איצט געקומען די צייט איינצושטען א פעסטן גרענעץ מיט אלע סימנים פון א גרענעץ, און דער עיקר מיט א שארפן גרענעץ קאנטראל.|1938}}
[[קאטעגאריע:יידיש]]