אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני נח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: am:የኖህ ልጆች, ru:Бней Ноах
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''בני [[נח]]''' (ווערן גערופן אויך '''חסידי אומות העולם'''), זיינען [[גוי]]ים וואס היטן די [[זיבן מצוות בני נח]]. (די זיבן מצוות זיינען: {{דיק|[[געריכט|דינין]], [[ברכה|ברכת השם]], [[עבודה זרה]], [[גילוי עריות]], [[שפיכות דמים]], [[גזל]] און [[אבר מן החי]]|([[מסכת סנהדרין|סנהדרין]] נו)}}
 
לויטן [[רמב"ם]] (אין [[משנה תורה]], הלכות מלכים ט, א) הייסן זיי "בני נח" נאר אויב זיי זיינען זעלבסטבאוווסטיק און זיינען מקיים די זיבן [[מצווה|מצוות]] אלס א פארבאט פון דער יידישער [[תורה]] און נאר דאן האבן זיי א חלק ל[[עולם הבא]], אבער אויב זיי טוהען דאס מיט זייער אייגענע פארשטאנד, הייסן זיי נאר "חכמי אומות העולם". אויך פסקנט דער רמב"ם אז א גוי וואס היט נישט די זיבן מצוות בני נח, און ער איז אונטער א יידישער מאכט, דארף מען אים שטראפן מיט [[טויט]].
 
היינט זיינען דא עטלעכע [[מיסיאן|מיסיאנערישע]] ארגאניזאציעס וואס פארשפרייטן די זיבן מצוות און מאכן זיי באוווּסט פאר די גוים. איינע פון די גרויסע פארשפרייטערס איז געווען ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]], [[ליובאוויטש]]ער רבי. אויך היינט זיינען זיינע חסידים ממשיך צו פארשפרייטן אין דער וועלט די זיבן מצוות.