אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שבועות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
תורה ליינען; מנהגים
אויסלייג
שורה 3:
דער נאָמען „חג שבֿועות“ איז פֿאַראַן אין [[חומש]] ([[דברים|דבֿרים]] ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכנס“, ווײַל ווי דער חומש שטײט אין [[ויקרא]] כ”ג דאַרף מען [[ספירת העומר|אָפצײלן]] 7 וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג [[עומר]] „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער 50טער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די ייִדישע [[תורה שבעל פה]] דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיק, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“ ([[מסכת מנחות]] ס”ה). דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די [[פרושים]], די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האלטן פֿון [[תורה שבעל פה]], אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע ייִדישע סעקטעס, ווי [[צדוקים]], [[שומרונים]], [[קראים|קאַראַיִמער]], וועלכע האַלטן, אַז [[ממחרת השבת]] מײנט מען פֿון זונטיק, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיק. און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ ([[מסכת שמות]] כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן [[תבֿואה]], [[יום הביכורים|יום הבּיכּורים]] ([[במדבר]] כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער [[משנה]] און [[גמרא]] הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון [[שמיני עצרת]] ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.
 
אין [[בית המקדש]] איז דער יום–טובֿ געפֿײַערט געוואָרן מיט אָנהײבן ברענגןברענגען ביכּורים און אויך מיט ברענגןברענגען אַחוץ די יום–טובֿ [[קרבנות]] אויך צװײ ברויט פֿון נײַער תבֿואה ([[שתי הלחם]]) מיט די כבשי עצרת און נאך קרבנות.
 
אין דאַווענען ווערט ער אויך אָנגערופֿן „זמן מתן תורתנו“, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע ([[מסכת שבת]] פ”ו) איז אין ערשטער טאָג שבֿועות געגעבן געוואָרן צו ייִדן די תורה אויפֿן [[הר סיני]]. מע לײענט דעריבער די תורה פֿון חומש [[שמות]] די [[פרשה]] פֿון [[קבלת התורה]] און [[עשרת הדברות]].