אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שבועות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ליצנות
תורה ליינען; מנהגים
שורה 1:
'''שבֿועות''' (אַרויסגערעדט: שוויעסשוואועס) נאָמען פֿון אײנעם פֿון די „[[שלש רגלים]]“, פֿון דרײַ ייִדישע [[יום טוב|ימים–טובֿים]]: [[פסח]], שבֿועות, [[סוכות]]. דער יום–טובֿ איז דעם 6טן אין [[סיון]] (דאָס איז אין [[ארץ–ישׂראל]], אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7טן טאָג אין סיון).
 
דער נאָמען „חג שבֿועות“ איז פֿאַראַן אין [[חומש]] ([[דברים|דבֿרים]] ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכנס“, ווײַל ווי דער חומש שטײט אין [[ויקרא]] כ”ג דאַרף מען [[ספירת העומר|אָפצײלן]] 7 וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג [[עומר]] „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער 50טער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די ייִדישע [[תורה שבעל פה]] דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיק, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“ ([[מסכת מנחות]] ס”ה). דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די [[פרושים]], די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האָלטןהאלטן פֿון [[תורה שבעל פה]], אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע ייִדישע סעקטעס, ווי [[צדוקים]], [[שומרונים]], [[קראים|קאַראַיִמער]], וועלכע האַלטן, אַז [[ממחרת השבת]] מײנט מען פֿון זונטיק, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיק (דערפֿון איז אויך בײַ די [[קריסטן]] דער „פֿינגסטן“ אין זונטיק). און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ ([[מסכת שמות]] כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן [[תבֿואה]], [[יום הביכורים|יום הבּיכּורים]] ([[במדבר]] כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער [[משנה]] און [[גמרא]] הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון [[שמיני עצרת]] ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.
 
אין [[בית המקדש]] איז דער יום–טובֿ געפֿײַערט געוואָרן מיט אָנהײבן ברענגן ביכּורים און אויך מיט ברענגן אַחוץ די יום–טובֿ [[קרבנות]] אויך צװײ ברויט פֿון נײַער תבֿואה ([[שתי הלחם]]).
 
אין דאַווענען ווערט ער אויך אָנגערופֿן „זמן מתן תורתנו“, ווײַל לויט דער ייִדישער טראַדיציע ([[מסכת שבת]] פ”ו) איז אין ערשטער טאָג שבֿועות געגעבן געוואָרן צו ייִדן די תורה אויפֿן [[הר סיני]]. מע לײענט דעריבער די תורה פֿון חומש [[שמות]] די [[פרשה]] פֿון [[קבלת התורה]] און [[עשרת הדברות]]. עס איז אויך אַ [[מנהג]] צו זאָגן [[אקדמות]] און [[מגילת רות]]. ווײַל לויט אַ טראַדיציע איז [[דוד המלך]] געשטאָרבן אום שבֿועות, און זײַן [[יחוס]] ווערט דערצײלט אין רות. די נאַכט צום ערשטן טאָג שבֿועות איז מען נוהג אויף צו זײַן און צו זאָגן [[תיקון ליל שבועות]], קיצור פֿון [[תנ"ך]], [[משנה]], [[גמרא]], און [[זוהר]].
 
== תורה ליינען==
דעם ערשטן טאג ליינט מען אין דער תורה "בחדש השלישי", און די הפטורה ליינט מען די מעשה מרכבה אין אנהייב [[ספר יחזקאל]].
 
דעם צווייטן טאג ליינט מען "כל הבכור", און די הפטורה איז "תפלה לחבקוק" אין [[תרי עשר]].
 
 
== מנהגים==
 
=== תיקון ליל שבועות===
די נאַכט צום ערשטן טאָג שבֿועות איז מען נוהג אויף צו זײַן און צו זאָגן [[תיקון ליל שבועות]], קיצור פֿון [[תנ"ך]], [[משנה]], [[גמרא]], און [[זוהר]].
 
===אקדמות===
עס איז אַ [[מנהג]] ביי אשכנזים צו זאָגן [[אקדמות]] דעם ערשטן טאג שבועות אלס הקדמה צום ליינען די תורה וואס רעדט וועגן די [[עשרת הדברות]].
 
===מגלת רות===
אין אסאך קהילות ליינט מען [[מגילת רות]] (אין חוץ לארץ דעם צווייטן טאג). דעם טעם זאגט מען ווײַל [[דוד המלך]] איז געשטאָרבן אום שבֿועות, און זײַן [[יחוס]] ווערט דערצײלט אין רות.
 
===יציב פתגם===
דעם צווייטן טאג שבועות איז א מנהג צו זינגען דעם פייט "יציב פתגם" נאך די ערשטע צוויי פסוקים פון דער הפטורה.
{{ייִדישע חגים}}
 
== מילכיגע מאכלים==
עס איז א מנהג צו עסן מילכיגס שבועות. טייל עסן א מילכיגע יום־טובדיגע סעודה. אנדערע עסן מילכיגע מאכלים פאר דער סעודה ווייל מ'וויל עסן פלייש ביי דער סעודה לכבוד יום־טוב.
[[קאַטעגאָריע:ימים טובים]]