אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געטא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 4:
[[כסליו]] [[ה'ת"ש]] (סוף 1939) האט דער נאציסטישער הויפט קאמאנדאנט [[ריינהארד היידריך]] באפעלט צו צענטראליזירן און צונויפנעמען אלע יידן פון מיזרח [[פוילן]] אין איינציקע ענגע וווינונג-פערטלעך וואס זאל זיין נעבן א קרייצוועג פון באנען.
 
די געטאס האבן באדינט די [[נאצי]]ס צו קאנטראלירן אויף די יידן, און קענען אויספירן זייער [[אידיאלאגיע]] פון פארניכטן דאס יידישעאידישע פאלק. אין די געטאס האט מען שטארק געפייניקט און דערנידערט די יידן [[גייסט]]ליך און פיזיש, ארום 20 פראצענט יידן פון די גרויסע געטאס זיינען געשטארבן פון [[פיין]], [[געצוונגטע ארבעט]], [[הונגער]] אא"וו. אבער פאר די דרויסנדיקע וועלט האבן די נאציס באהאלטן זייערע אומפארשעמטע אקטן, און דערקלערט אז די געטאס זיינען גוטע [[אויטאנאמיע|אויטאנאמישע]] פלעצער פאר די יידן.
 
די גרעסטע געטא איז געווען די [[ווארשעווער געטא]] מיט ארום 450,000 מענטשן און דערנאך [[לאדזשער געטא]] מיט ארום 200 טויזנט מענטשן. די נאציס האבן באשטימט א [[יודענראט]] (א ראט פון יידן) זאל קאנטראלירן און מאכן ארדענונג אין די געטאס.
שורה 15:
* [[הונגער]]: די באשטימע מאס עסן אין געטא איז געווען זייער ווייניק, בלויז 184 [[קאלאריע]]ן א טאג פאר א מענטש, וואס דאס איז ווייניקער פון 10 פראצענט פון וואס א מענטש דארף עסן א טאג. דאס געטא איז געווען אפגעשיידט פון שטאט, און מע האט נישט געקענט אריינבריינגען עסן פון דערויסן. אזוי האבן פיל מענטשן, (א פערטל פון רוב געטאס), איבערהויפט קינדער, געשטארבן, אויך אלס דעם האט זיך אנטוויקלט פיל כוליגאנישקייט אין די גאסן, מען האט געכאפט עסן איינער פון צווייטן אא"וו. אבער כאטש דעם איסור פון אריינברענגען עסן פון דרויסן האבן אזעלכע מצליח געווען אריינשמוגלען פון דרויסן עסן איבערהויפט אין ווארשעווער געטא וואס 80% פון די [[שפייז]] איז געווען פון דרויסן.
* [[דערצאיונג]]: אין געטא איז נישט געוועזן קיין פארמאלע [[שולע]]ס פאר קינדער, נאר אומפארמאלע שולעס וואס זייער ווייניק קינדער האבן זיך מיטגעטיילט. אזוי האבן די קינדער זיך געדרייט פוסט און ליידיק אין די גאסן אין פארלויף פון 3 יאר.
* [[יידישקייטאידישקייט]]: די נאציס האבן פארבאטן צו איינפירן יידישעאידישע [[מצווה|מצוות]] און [[מנהג]]ים, אבער טראצדעם האבן די [[רעליגיע]] שטילערהייט מקיים געווען תורה און מצוות. הרב [[יצחק ניסנבוים]] האט באשטימט דעם באגריף "קידוש החיים", און האט געזאגט אז ביי די שואה איז דאס לעבן "קידוש החיים" וויכטיקער פון "[[קידוש השם]]", און מע מעג אויפגעבן פון היטן די תורה אויף צו בלייבן לעבן.
* [[ארבעט]]: די נאציס האבן געצווונגען די יידן ארבעטן געצוונגטע ארבעט (ארבעט אָן א באשטימטן צוועק, ווי צב"ש אריבערפירן שטיינער פון איין ארט צום צווייטן אהין און צוריק). פון [[אייר]] [[ה'ת"ש]] (יוני 1940) האבן די נאציס געבויעט באשטימטע [[ארבעטס לאגער]]. פיל פויערס זיינען געשטארבן פון די שווערע ארבעט נאך וואס צודערצו זיינען זיי געווען הונגעריק.
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/געטא"