אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 71:
אויסגעמוטשעט פון די אכט טעג אינ'ם [[אוכראנא]] און פון דעם לאנגען וועג צופוס דורך די גאסן, איז ר' מענדל אנגעקומען בשארית כוחותיו צום [[געריכט-הויז]]. דארט איז ער אריין אין א גרויסן זאל ווי עס האט אים ערווארט דער [אויבן דערמאנטע] הויפט-פארשער, פענענקו. צוזאמען מיט אים זענען אויך דארט געווען דער "געגענט-ריכטער" קארבאווסקי און זיין העלפער לושקרעף. זיי האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן מיט שמייכלדיגע פנימ'ער. זיי ווייסן שוין יעצט די "תוצאות" פון די "חקירה".
 
== ז. =שאלות (2) ===
 
 
שורה 89:
 
ווען ער איז געקומען צום צווייטן מאל אין געריכט, האט ער דארט געטראפן פענענקו אליינס. דאס מאל אויך האט ער פארשיקט די פאליציי, די וועכטער און ער איז געזעסן א שטיק צייט אריינגעטון אין זיינע מחשבות. פלוצלינג קערט ער זיך צו ר' מענדל און זאגט: "בייליס! דא מוזט פארשטיין אז נישט איך בין דער וואס טוט דיר באשולדיגן. דאס איז דער "געגענט-ריכטער".. ער איז דאר וואס האט געהייסן דיר איינשפארן אין תפיסה"... "מ'גייט מיר איינשפארן?? מ'גייט מיר לייגן אין תפיסה?? איך וועל מוזן אנטון קליידער פונ'ם תפיסה??" האט ר' מענדל געזאגט, נישט גלייבנדיג וואס ער הערט דא. "איך ווייס נישט פונקטליך וואס וועט זיין מיט דיר, איך וויל נאר אז דו זאלסט וויסן אז די הוראות קומען פון עם און נישט פון מיר", איז געווען די קורצע תשובה. א קאלטע שווייס האט אנגעכאפט ר' מענדל. אויף דעם האט ער זיך שוין נישט גערעכנט.. אין תפיסה?? ער האט זיך געשפירט אינגאנצן פארלוירן.. ער האט גוט פארשטאנען אז דער פרשה וועט זיך נישט שנעל ענדיגן.. טראץ זיין גרויסע שרעק האט ער זיך געצווינגען צו רעדן: "איך קען אייך עפעס דערמאנען? דאס איז דעם ערשטן מאל אין מיין לעבן וואס איך האב צוטון מיט אזא הויך-ראנקיגע מענטש. איך ווייס אבער אז דער סדר גייט אז דאס ארבעט פונ'ם הויפט-פארשער איז נאכצוגיין דעם חשד און מברר זיין דעם אמת. נאך ער האט חוקר געווען אן אנגעגרייט א "באשולדינג-פאפיר" ערשט דעמאלס געבט ער איבער די זאך צום געגענט-ריכטער. אויב ער איז מסכים צו די ראיות, שיקט מען יענעם אין תפיסה, טאמער נישט, שיקט מען עם אהיים. אויב דו שיקסט מיר יעצט אין תפיסה, איז א ראיה אז דו האסט עפעס געטראפן קעגן מיר. אבער וואס האב איך געטון? מיט וועלכע זינד טוט מען מיר באשולדיגן"? "פרעגט מיר נישט קיין שאלות" האט ער שנעל געזאגט, "איך האב דיר שוין צופיל געזאגט, עס איז דער געגענט-ריכטער און נישט איך".. ר' מענדל האט געקענט זען פון זיין רעדן אז עפעס טוט זיך דא מאחורי הפרגוד.. דאס גאנצע זאך זעט אויס ווי עפעס א פינסטערע פלאן. ער האט אבער נישט געהאט קיין סאך צייט אריינצוקלערן דערין, ווייל דער פאליציי איז אנגעקומען עם צוריק צו באגלייטן צום אוכראנא. אין זיין האנט איז געווען דעם "באשולדינג-פאפיר" וועלכע איז נאך ביזדערווייל געווען געזיגלט און ר' מענדל האט עס נאך נישט געקענט זען. נאך אביסל צייט האט מען עם מודיע געווען אז ער גייט אין תפיסה. זיי האבן מסכים געווען צו זיין בקשה צו זיין נאך איין נאכט אינ'ם אוכראנא, מיט די יודן וואס ער האט דארטן קענען געלערנט.
 
 
 
 
== ז. תפיסה ==