אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 142:
 
י
== י. די שפיאנען ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ווערט געוואר אז מ'קען שיקן בריוון אהיים דורך איינער פון די שומרים. ער געבט זייער אכטונג נישט צו שרייבן עפעס מיט וואס מ'וועט עם קענען שפעטער באשולדיגן. ער שיקט אהיים איין בריוו און באקומט א תשובה. ווען דער שומר בעט עםאים צו ער וויל שיקן נאך א בריוו עטפערטענטפערט ער אז נישט.
 
אפאר טאג דערנאך איז געווען דער משפט פון קוזטשענקו [וועלכע האט זיך אויפגעפירט בידידות מיט ר' מענדל]. ער האט זיך שוין געגרייט צו פארלאזן דעם ארט. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און געזאגט "די גאנצע וועלט ווייסט אז איר זענט ריין פון שולד, ווען איך וועל ארויסגיין לחירות וועל איך טון וואס איך קען נאר פאר אייערט וועגן. די איינגעשפארטע דא האבן מיר געגעבן אפאר ידיעות וועגן די אמת'ע רוצחים"! ער איז טאקע געשטאנען למפשט און איז באפרייט געווארן. פאר'ן גיין האט ר' מענדל עם געגעבן א בריוו צו זיין פרוי און ער האט געשריבן אז דער וואס ברענגט דעם בריוו וועט איבערגעבן נייעס וועגן עם.
שורה 151:
דאס איז געווען אויף מיטוואך. דאנערשטאג נאכט האט מען גערופן ר' מענדל צום ביורא פונ'ם תפיסה. זיין הארץ האט עם מנבא געווען נישט קיין גוטס.. ער איז אריין און דארט געטראפן צוויי וועכטער, א אויבער-וועכטער און נאך איינעם. דער אויבער-וועכטער האט ערשט גערעדט "דו האסט געשריבן א בריוו צו דיין משפחה"? ר' מענדל האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. זעט אויס איינער האט אויף עם גע'מסר'ט. אבער ווער איז עס? צו ווייסן זיי פון ביידע בריוון אדער נאר פון איינס? לכחתילה האט ער פארשטאנען אז קוזאטשענקו איז געווען דער מסור. מן הסתם האט ער דאס געטון למצוא חן בעיניהם.. ער האט נישט געהאלטן אז דער שומר האט דערציילט, ווייל ער האט דאך געברענגט א תשובה. דערפאר האט ער מחליט געווען נאר צו רעדן וועגן דעם צווייטן בריוו. האט ער געענטפערט "איך האב געשיקט א בריוו מיט קוזאטשענקו".. דער מענטש האט פשוט פארגעליינט פאר עם ביידע בריוון... ער האט שוין יעצט גוט פארשטאנען אז מ'האט עם לכתחילה געשטעלט א שטרויכלונג כדי דאס צו קענען איבערגעבן צו די שלטונות. למעשה [ווי אויבן דערמאנט] איז אבער גארנישט געשטאנען אין די בריוון מיט וואס מ'קען עם באשולדיגן און ער איז צוריק אריין אינ'ם צימער. [וואס ר' מענדל האט דא נישט געוויסט איז, אז קוזעטשענקו איז געווען א באהאלטענעם שליח פון די פאליציי, וועלכע איז געדינגען געווארן ספעציעל זיך צו חבר'ן כאילו מיט עם און אזוי געפונען סיבות עם צו באשולדיגן. דער בריוו אבער איז געווען אן קיין שום זאך ארויפצולייגן אויף עם. קוזעטשענקו וועט שפעטער עדות זאגן אז ר' מענדל האט עם געהייסן פאר'סם'ען עטליכע פון די עדים!].
 
יענעםיענע נאכט איז געווען ליל שבת. ער האט פון גארנישט געקענט טראכטן אויסער דעם חילוק צווישן זיין מצב און די מצב פון יודן ברחבי העולם. זיי זיצן ביי א סעודה און זענען מענג דעם שבת, מ'זינגט זמירות וכו' וכו'.. זיינע מחשבות זענען געווארן אפגעהאקט מיטאמאל ווען פלוצלינג עפנט זיך די טיר מיט א זעץ און דער שומר הייסט עם קומען מיט אלע זיינע חפצים. מ'האט עם געפירט צו א קליינעם צימע, וועלכע איז געווען גאר קאלט. איין קוק איז עם געווען גענוג צו זען אז דער צימער איז אינגאנצן ליידיג. ער האט געבעטן ביים שומר זאל עם געבן לפחות א מאטראץ. "איך וועל זארגן אויף דעם מארגן... יעצט איז דאס נישט וויכטיג ווייל במשך דעם נאכט וועסטו אוודאי שטארבן"... מיט די רשעות'דיגע ווערטער האט ער צוגעמאכט די טיר און איז ווייטער געגאנגען.
 
ציטערדיג פאר קעלט און פון פחד האט ר' מענדל זיך געזעצט אויפ'ן קאלטע און נאסע ערד. דאס איז געווען א אומבאשרייבליכע פיין און צער. ער האט נאר געקענט ווארטן ביז צופרי און האפן אז ער וועט בלייבן ביים לעבן ביז דאן. ער האט זייער מורא געהאט אז מ'האט איינגעזעצט זיין ווייב אויך וועגן די בריוון. צופרי איז געקומען א שומר און ר' מענדל האט זיך געבעטן ביי עם ער זאל עפעס אנווארעמען דעם שטוב. "איך קען פון זיך אליינס גארנישט טון.. אבער איך ווען פרעגן. ווארט א שעה".. איז געווען די תשובה. נאך א שעה איז ער טאקע געקומען און עם גענומען צו א קליינעם אבער ווארעמע צימער.
שורה 164:
 
אינ'ם בית המשפט האט מען עם געגעבן די "באשולדינגס-פאפירן". ווען ער האט דאס געליינט האט עם אנגעכאפט א קאלטע שרעק. ער איז נישט באשולדיגט בפירוש אויף הרג'נען פאר "רעליגיעזע" סיבות [פאר מצות וכו'] אבער ער איז יא באשולדיגט מיט'ן הרג'נען דעם קינד, אליינס אדער מיט שותפים..
 
 
 
== יא. אין 'שפיטאל' ==