אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער בעל שם טוב 1 (אלבאם)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 15:
2 '''א באהעלפער'''
 
עס זינגט וויאזוי דער בעל שם טוב האט צוזאמענגענומען די קינדער פון אלע סארט היימען און זיי געברענגט אין חדר, עס פארציילט מיט זיי איינגענארטיקן געשמאק וויאזוי דער בעל שם טוב האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן קינד באזונדער, צו זיינע ספעציעלע באדערפעניש, און איהם געטראגן און געברענגט אין חדר און אין שוהל און איהם געלערנט וויאזוי צו זיין א איד, ער פארטיגט יעדע שטיקל אזוי: ''''''עס איז א גליק און א פרייד, ווען א קינד אין חדר גייט, דער בעשעפער קוקט אויף איהם, און פרייעט זיך שטארק מיט דעם''''''
 
3 '''א חיה פון וואלד'''
שורה 29:
5 '''פארשוואונדענער פלאץ'''
 
א הערליכע מעשה וואס עס האט באוויזן דער גרויסער צדיק ר' [[אדם בעל שם]], ווען ער האט איינגעלאדענט דעם קעניג צו זיך אהיים, און וויאזוי ער האט אראפגעברענגט א פלאץ פון יענעם עק וועלט כדי דער קעניג מיט זיינע באגלייטער זאלן זיך קענען איינרישן ביי איהם אויף א גרויסע סעודה. א שורה פון דעם ניגון: '''אביסעלע שפעטער, שטייט אין די בלעטער....'''
 
דער ניגון, און די ווערטער זענען אויף יום טוב עהרליכ'ס אייגענארטיגן סטיל. עס איז א אויסדערוועלטער, ריזין מייסטערווערג פון דעם זינגער יום טוב עהרליך, ווער עס הערט עס און לייגט צו געהערט קאפ ווערט דערשטוינט פון זיינע טאלאנטען.
שורה 35:
6 '''שנת ת"ח'''
 
דער פזמון:''' געוואלד געוואלד א פחד א שרעק, אין יענע טעג, דאס אידישע פאלק האלט ביים עק....'''
 
עס דערציילט די שווערע טעג וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט אין די יאהרן פון די ביטערע גזירות שנת [[ת"ח ות"ט]], ווען טויזענטער אידן זענען גע'הרג'ט געווארן מיט מיתות משונות, און דאס הארץ און נשמה פון כלל ישראל איז ליידער אוועקגעריסן געווארן, אסאך גדולי ישראל, לומדים רבנים, צדיקים עסקנים זענען געווארן גהרג'ט, און די פריצים האבן געוועלטיגט אויף יעדן, עס איז געווארן א צווישן שייד צוישן די פשוטע אידן און די לומדים אין די בתי מדרשים און די "קלויזן", פון איין זייט זענען די פשוטע אידן געווארן זייער פארגערבעט, אהן קיין תורה און יראת שמים, אהן קיין אמונה, אהן קיין מענטשליכקייט, זיי זענען געווארן צוזאמען ווי די גוים זייערע שכנים, אבער די גוים זעלבסט האבן זיי געיאגט און געשלאגן ווייל זיי זענען אידן, פון די אנדערע זייט זענען געווען די לומדים און רבנים וואס זענען געזעסן אין בתי מדרשים און געלערנט און געדינט גאט ברוך הוא, אבער זענען געשטאנען הילפלאז און גארנישט געטוהן פאר זייערע פשוטע פארגרעבטע אידן וואס זענען געווארן אלץ שוואכער און שוואכער און דערווייטערט געווארן פון אלעס וואס האט צוטועהן מיט די תורה און אידישעקייט.
שורה 45:
7 '''דער צדיק אין צפת'''
 
עס הייבט אהן: '''צוריק פיל יאהרן דארט, אין צפת אונטערן שטאט, אין א שטיבל, אין א גריבל, געוואוינט א איד האט......'''
 
עס דערציילט וואס עס האט זיך געטוהן מיטן בעל שם נשמה אין א [[גלגול]] פאר איהם, ער איז געווען אין א פשוטער איד פון צפת, ער האט געטועהן זייער גוטע מעשים אין טאג פון זיין [[בר מצוה]], עס האט געמאכט אין הימל א רעש, אליהו הנביא איז צו איהם געקומען און איהם צוגעזאגט אלעס גוט'ס, ער וועט זיך באווייזען פאר איהם, מיט דעם תנאי ער זאל איהם זאגן וואס פאר א גוטע זאך ער האט געטועהן אין יענעם טאג אז גאט האט אזוי הנאה דערפון, דער איד אבער ענטפערט: איך וועל עס נישט זאגן פאר קיינעם, איך דארף נישט די זאלסט מיר העלפן, א גוטע זאך האב איך געטוהן בלויז פאר גאט און נישט פאר קיין צווייטן, אין הימל איז געווארן פון די ווערטער גאר א גרויסער רעש, עס איז געווען זייער וואונדערלאך צו זעהן וויאזוי אי פשוטער איד שרעקט זיך אפילו נישט פון אליהו הנביא, ער זאגט איהם אפ, ווייל ער וויל זיינע מעשים טובים זאל זיין בלויז פאר גאט, האט מען אפגעמאכט אין הימל אז דערפאר זאל אליהו הנביא ציריק גיין צו איהם און איהם אויסלערנען אסאך סודות התורה ביז ער וועט אלעס קענען, אזוי איז טאקע געווען, אבער די וועלט האט נישט זוכה געווען צו זיין שיינקייט און צו זיינע מדריגות, דערפאר אצינד אז די וועלט האט געדארפט האבן א גרויסע צדיק וואס זאל רעטן כלל ישראל, האט ער זוכה זיין צו זיין דעם בעל שם טוב.