אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אויסגעמעקט וואס געהערט נישט דא
שורה 30:
=====מנהגים פון לבוש=====
* פאר'ן קיטל צו טראגן יום כיפור, פסח, און ביום החופה נוצט מען רעכטע תכריכים: אויף צו דערמאנען דעם יום הדין.
* ישיבה בחורים און כולל יונגעלייט טראגן א גארטל א גאנצן טאג : מנהג פון פריערדיגע סקווירא'רסקווערער רבי, ר' יעקב יוסף, מעגליך גענומען פון די התנהגות פון יושבים אין בעלז.
* טראגן שטיוול אויף שבת : אין סקווירא פלעגן די רבי'ס גיין מיט ווייסע זאקן ווי ביי אנדערע חסידים. ר' יעקב יוסף האט אבער נישט געוואלט טראגן קיין ווייסע זאקן אויס כבוד פאר זיין ברודער ר' איציקל קעשינובער (וועמען דער שוויגער האט נישט געלאזט טראגן צוליב דעם וואס איר מאן, ר' ברוך אשר ב"ר בנציון מטשערנוביל-ליאוב האט נישט געטראגן). אלץ א פשרה האט ר' יעקב יוסף זיך אנגעטון שטיוול, נישט וועלנדיג אפטרעטן פון דעם חסיד'ישן מנהג פון נישט גיין מיט הויזן. צום באמערקן איז שטיוול געווען גאר מצוי אלץ א חסיד'ישער לבוש אין רוסלאנד/אוקריינא.
* טראגן א פארמאכטע טלית קטן : אין סידור הרב ווערט געברענגט פון כתבי אר"י אז דער בגד פון טלית קטן זאל צודעקן די ברוסטן.
שורה 36:
=====איינגעפירט אין שטעטל=====
די פאלגענדע מנהגים האט דער סקווערער רבי ז"ל האט איינגעפירט פאר די איינוואוינער פון סקווער:
* נאכ'ןנאך דער חופה גייען נישט די חתן כלה האנט ביי האנט.
* דער חתן גייט נישט עסן ביי דער חתונה צווישן די פרויען ווי עס איז איינגעפירט ביי אנדערע.
* ביים מצוה טאנץ טאנצן אויך דער חתן און דער כלה'ס פאטער מיט א גארטל.
שורה 54:
 
=== ר' איציקל סקווערער ===
דער ערשטער סקווערער רבי, רבי [[יצחק טווערסקי מסקווירא|איציקל סקווערער]] זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דערדעם טשערנאבילעלטשערנאבילער מגיד ר' [[מרדכי טווערסקי מטשערנאביל|מאטעלע]] זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה -- אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער [[אוקריינא]]. ערשט נאך דידער פטירה פון זיין צווייטןצווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם [[ישראל פרידמאןפֿון מרוזיןרוזשין|רוזינעררוזשינער]] זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטןדריטער פרוי, חנה סימא, דערדי טאכטער פון [[רבי צבי מסקווירא|ר' הערשעלע סקווירער]], האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
ר' איציקל'ס שווער [[רבי צבי מסקווירא|ר' הערשעלע]], אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' [[אהרן מטיטוב|אהרעלע טיטובער]] וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן סקווירא'א רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלץ די נאנטסטע אייניקלעך פונ'ם [[בעש"ט]]. ווארשיינליך אלץ די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר די חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין [[מעז'בוז]] און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."
 
די שטאט סקווירא אין אוקריינע איז געווען א גרויסע און באקאנטע שטאט פון חסידים פון אלע סארטן. ספעציעל האבן געוואוינט דארט חסידים פונ'ם רוזינער און זיינע זון, איבערהויפט פון דער [[אברהם יעקב מסאדיגורא|סאדיגורא'ר]] זצ"ל. ר' איציקל האט זיך אבער קונא שם געווען און פיל חסידים האבן אנגעהויבן צו פארן צו אים. צווישן די חסידים וואס זענען צו אים געפארן זענען געווען אזעלכע וואס האבן אליין געפירט רבי'שע הויפן ווי ר' [[שלום מקוידנאוו]] און ר' [[ירחמיאל משה מקאזניץ]], און נאך. עס איז באוואוסט אז דער [[יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא|שינאווער רב]] איז געווען ביי ר' איציקל אויף צוויי שבתים מיט דער כוונה אים אנצונעמען אלץ רבי. לויט ווי חסידים דערציילן האט דער שינאווער רב, באקאנט אלץ א שטרענגער מחמיר אין הלכה, נישט געקענט סובל זיין ביים צווייטן שבת ווען א משרתת האט געצינדן ליכט אביסל שפעט, און איז אוועקגעפארן פון סקווירא אן אנטוישטער. אויך האבן זיך אנגעשלאסן צו ר' איציקל גאנצע גרופעס חסידים נאך די הסתלקות פון זייער פריערדיגע רבי'ס, ווי די חסידים פון ר' [[שמואל מקאמינקא|שמואל קאמינקער]] און ר' [[משה מסאווראן|משה סאווראנער]] זצ"ל.
 
ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זוןזין. פון זיין ערשטערערשטן ווייב, די טאכטער פון ר' [[דן מראדוויל]], האט ער געהאט איין זון, ר' '''[[אברהם יהושע העשיל מסקווירא|אברהם יהושע העשיל]]'''. פון דידעם צווייטעצווייטן ווייב האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון דידעם דריטעדריטן ווייב האט ער געהאט דריי זוןזין, ר' '''[[נחום מסקווירא|נחום]]''', ר' '''[[ישראל מסקווירא|ישראל]]''', און ר' '''[[דוד מסקווירא|דוד'ל סקווירא'רסקווערער]]'''.
 
=== מאכניווקא, א צווייג פון סקווירא ===
שורה 88:
אלץ א בחור אין עלטער פון צוואנציג, נאכדעם וואס זיין פאטער איז אוועק אין יאר תר"פ, און דער מצב פון אידן אין רוסלאנד האט זיך געהאלטן אין איין ערגערן צוליב דער אויפשטאנד פון די בולשעוויקן, האט ער זיך אוועקגעצויגן מיט זיין מוטער קיין רומעניע צו וואוינען נעבן זיין עלטערער ברודער ר' [[יצחק טווערסקי מקעשינוב|איציקל קעשינובער]], וועלכער האט דאן אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
אין יאר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט טראני, די טאכטער פון ר' [[פנחם מאוסטילא|פיניעלע אוסטילא'ר]], וועלכע איז געווען א זון פון ר' [[מרדכי מראחמסטריווקא|מאטעלע ראחמסטריווקא'ר]] און אן איידעם פון בעלזער רב ר' [[ישכר דוב רוקח מבעלזא|ישכר דוב]]. ר' יעקב יוסף איז געפארן וואוינען אין בעלז ביי זיין עלטער שווער, וואו ער איז געווארן באקאנט שוין אלץ יונגערמאן אלץ גאר א פרומער. ער האט זיך אויך דארט געווארן שטארק בידידות מיט זיין פעטער, דער שפעטערדיגעשפעטערדיגער בעלזער רב ר' [[אהרן רוקח מבעלזא|אהרן]].
 
ווען זיין שווער, ר' פנחס, וועלכער איז געווען רב אין אוסטילא, האט פארלאזט דעם שטאט און זיך געצויגן אויף פשעמישל האבן די אוסטילא שטאטסלייט זיך געבעטן ביי ר' יעקב יוסף אנצונעמען דעם פאסטן. ר' יעקב יוסף האט געענטפערט קורץ אז ער האט עס נישט געזעהן ביים טאטן. דאס האט אים געוואנען גאר שטארקע רעספעקט ביים עלטער שווער, ר' ישכר דוב.
שורה 100:
 
==== שארפע דיפערענצן מיט קנאות פון סאטמאר רב ז"ל ====
זייענדיג אן אוקראינישער און זייענדיג אן אויפגעהאדעוועטער אין דעם וויגעלע פון חסידות האט ער שווער זיך פארנומען מיט'ן סאטמארער רב'ס שארפע אויסשפראך, וואס האט זיך באנוצט מער מיט די אויסשפראך וועלעכע איז גענוצט געווארן אין גאליציע און אין אונגארישע חסידות, אויך איז איהם שווער געווען צו אקצעפטירן די שיטה פון סאטמארער רב אנצייגנדיג אז דאס שטימט נישט גענוי מיט די פונדאמענטן פון די חסידישע שיטה ווי עס ווערט מבואר אין ספר הקדוש תולדות יעקב יוסף, אין געוויסע געלגנהייטן האט ער אנגעוויזן אויף וואס דער קאמארנער שרייבט אין זיין ספר אז דער הייליגער בעל שם האט שטארק חרטה געהאט פארוואס ער האט אויסגעשלאסן די פראנקיסטן פון כלל ישראל [[Page#ביטע צייכנט אהן א מקור ווי דער קאמארנער שרייב אזוי]], דאס האט שטארק אנגעצויגן די באציאונגען צווישן די צוויי גרויסע רבי'ס וועלעכע זענען געווען גאנץ נאנטע שכנים.
 
=== דער היינטיגער רבי, ר' דוד טווערסקי שליט"א ===
 
שורה 111 ⟵ 110:
<references/>
 
מקור פליז, דער קאמארנער שרייבט דאס נישט, פארקערט ער שרייבט אין זיין ספר נתיב מצותיך אז מען האט נישט געהאט קיין ברירה און דער בעל שם טוב האט עס געמוזט טועהן, נאר די שכינה האט געוויינט פאר וואס מען האט דיך דעקייקלט צו אזא מצב
 
{{פרומע אידישע געגנטן}}
 
[[קאטעגאריע:חסידות]]