אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געטא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Krakow_Ghetto_Gate_73170.jpg|left|thumb|250px|טויער פון דער [[קראקאווער געטא]]]]
דאָס װאָרט '''געטאָ''' אין באַציונג צו די [[שואה|קאַטעסטראָפֿע פֿונעם ייִדנטום]] אין דעם [[צװײטן־װעלט־מלחמה]], איז אַ װױנונג־פֿערטל װוּ די [[דײַטשלאַנד|דײַטשן]] האָבן באַװעגט אַהין [[ייִד]]ן איבערהױפּט פֿון מיזרח־[[אײראָפּע]] בשעת דער צװײטער־װעלט־קריג.
 
שורה 6:
די געטאס האבן באדינט די [[נאצי]]ס צו קאנטראלירן אויף די יידן, און קענען אויספירן זייער [[אידיאלאגיע]] פון פארניכטן דאס יידישע פאלק. אין די געטאס האט מען שטארק געפייניקט און דערנידערט די יידן [[גייסט]]ליך און פיזיש, ארום 20 פראצענט יידן פון די גרויסע געטאס זיינען געשטארבן פון [[פיין]], [[געצוונגטע ארבעט]], [[הונגער]] אא"וו. אבער פאר די דרויסנדיקע וועלט האבן די נאציס באהאלטן זייערע אומפארשעמטע אקטן, און דערקלערט אז די געטאס זיינען גוטע [[אויטאנאמיע|אויטאנאמישע]] פלעצער פאר די יידן.
 
די גרעסטע געטא איז געווען די [[ווארשעווער געטא]] מיט ארום 450,000 מענטשן און דערנאך [[לאדזשער געטא]] מיט ארום 200 טויזנט מענטשן. די נאציס האבן באשטימט א [[יודענראט]] (א ראט פון יידן) זאל קאנטראלירן און מאכן ארדענונג אין די געטאס.
 
== דאס לעבן אין געטא ==
דאס לעבן אין געטא איז געווען שרעקלעך אין אלערליי תחומים:
* ענגשאפט: דאס לעבן אין געטא איז געווען זייער ענג, ווי צב"ש אין דער [[ווארשעווער געטא]] האבן די נאציס אריינגעשטופט צווישן 15 ביז 20 מענטשן אין איין קליין צימער. וואס דערפאר האבן די מענטשן פארברענגט א גאנצן טאג אין די גאסן און נישט געזעצן אין שטוב.
* [[היגיענע|ריינקייט]]: איז געטא איז נישט געווען [[זייף]] און גענוג [[וואסער]] צו רייניקן דעם [[קערפער]], און דאס האט גורם געווען צו פארשפרייטן שרעקליכע אנשטעקיקע קראנקייטן ווען [[מעדיצין|מעדיצינען]] איז נישט געווען.
* [[היץ]]: אין געטא איז נישט געווען קיין [[אויוון|אויוונס]], למשל אין [[לאדזשער געטא]] האבן מענטשן אפגעריסן [[פענסטער]]ס, [[בעט]]ן, [[טיר]]ן אד"ג כדי צו האבן מיט וואס זיך אנווארעמען. פיל מענטשן זיינען געשטארבן פון קעלט.
שורה 21:
 
== דאס ווארט געטא ==
דאס ווארט '''געטא''' שטאמט פון [[איטאליאנישאיטאליעניש]]. אין דער [[מיטל אלטער]] אין [[איטאליע]] איז געווען קליינע היימישע דערפלאך ווו יידן האבן געוווינט מיט אן אייגענעם [[קולטור]]. די ערשטע געטא איז געווען אין [[ווענעדיג]].
 
היינט ניצט מען דאס ווארט "געטא" מיט א [[ציניש]]ן אויסדרוק צו אנווייזן שטעט און דערפלעך וואו אידן וואוינען פון אייגן ווילן אונטער שטרענגע רבנישע אנווייזונגען ווי צום ביישפיל [[וויליאמסבורג]], [[טאהש]], [[קאשוי]], [[נייטרא]], [[בני ברק]], [[מאה שערים]] אד"ג.
 
[[קאטעגאריע:צווייטערצווייטע וועלט קריג]]
[[קאטעגאריע:האלאקאוסט]]
[[קאטעגאריע:לאגער]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/געטא"