אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
סקווערער
שורה 1:
[[בילד:Skver.JPG|left|thumb|250px|סקווירא רבי שליט"א]]
'''סקווירא''' איז א חסידות פון נאכפאלגער פון די סקווירא'רסקווערער רבי'ס, ממשיכים פון דער [[טשערנאבילער גזע]]. היינט ווערט עס אנגעפירט דורך רבי [[דוד טווערסקי מסקווירא]], און איז הויפטקווארטירט אין [[שיכון סקווירא]] אין [[ראקלענד קאונטי]], [[ניו יארק]].
 
 
== סקווירא חסידות ==
סקווירא'רסקווערער חסידים פאררופן זיך אלץאלס די ממשיכים פון די ריינע דרך החסידות פון אמאל, לייגנדיג א דגוש אויף התקשרות צו צדיקים, אהבת ישראל, און אן אוטענטיש חסיד'ישן שטייגער. סקווירא'רסקווערער חסידים זענען די מערסטע באקאנט פאר זייער באלד-פאנאטישן איבערגעגעבנקייט צו זייער רבי און זיין פאמיליע. זיי ווייזן אן עקסטערן ענטוזיאסטישקייט פאר זייער רבינ'ס [[רבי'שע טיש|טיש'ן]], וועלכע ווערן געפירט פאר אלע דריי סעודות אויף יעדן שבת, און אויף פילע יומא דפגרא'ס.
 
אויך זענען זיי באקאנט פאר די פילע אייגנארטיגע סקווירא'רסקווערער מנהגים, וועלכע פארנעמען א צענטראלע פלאץ אינעם לעבנסגאנג פון א סקווירא'רסקווערער חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם [[ניו סקווער|שטעטל]] ווי ערנסטערע בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אויף אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.
 
סקווירא'ר חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייט און ראש חודש סעודות -- וואו מען דערציילט סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און אויף צו לערנען אין גרופעס פון ספר מאור עינים, וואס איז פארפאסט געווארן דורך דער גרינדער פון דער [[טשערנאבילער גזע]], ר' [[מנחם נחום טווערסקי מטשערנאביל|מנחם נחום מטשערנאביל]] זצ"ל.
 
היינטיגע סקווירא'רסקווערער חסידים -- ספעציעל די וואס וואוינען אין דעם [[ניו סקווער|שטעטל]] -- זענען אויך באקאנט פאר א געוויסע אלט-מאדישקייט, אין גרויס טייל איז דאס א תוצאה פון זייער זעלבסט-געקליבענעם אפגעזונדערטקייט אין זייער שטעטל און די נאטורליכע תוצאות דערפון. צוליב פארשידענע סיבות איז עס אין די לעצטיגע יארן שוין נישט אזוי מערקבאר ווי אמאל.
 
===סקווירא'ר סקווערער מנהגים===
סקווירא איז באקאנט פאר אירע פארשידענע אייגנארטיגע מנהגים, וועלכע ווערן אנגעהאלטן שטרענג דורך די חסידים. פאלגענד זענען עטליכע, מיט זייערע טעמים.
 
שורה 35:
 
=====איינגעפירט אין שטעטל=====
די פאלגענדע מנהגים האט סקווירא'רדער סקווערער רבי ז"ל האט איינגעפירט פאר די איינוואוינער פון סקווירא'ר שטעטלסקווער:
* נאכ'ן חופה גייען נישט די חתן כלה האנט ביי האנט.
* דער חתן גייט נישט עסן בייםביי דער חתונה צווישן די פרויען ווי עס איז איינגעפירט ביי אנדערע.
* ביים מצוה טאנץ טאנצן אויך דער חתן און דער כלה'ס פאטער מיט א גארטל.
 
שורה 53:
==היסטאריע==
 
=== ר' איציקל סקווירא'רסקווערער ===
דער ערשטער סקווירא'רסקווערער רבי, רבי [[יצחק טווערסקי מסקווירא|איציקל סקווירא'רסקווערער]] זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דער טשערנאבילעל מגיד ר' [[מרדכי טווערסקי מטשערנאביל|מאטעלע]] זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה -- אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער [[אוקריינא]]. ערשט נאך די פטירה פון זיין צווייטן פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם [[ישראל פרידמאן מרוזין|רוזינער]] זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטן פרוי, חנה סימא, דער טאכטער פון [[רבי צבי מסקווירא|ר' הערשעלע סקווירער]], האט זיך ר' איציקל באזעצט אין שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
ר' איציקל'ס שווער [[רבי צבי מסקווירא|ר' הערשעלע]], אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' [[אהרן מטיטוב|אהרעלע טיטובער]] וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן סקווירא'א רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלץ די נאנטסטע אייניקלעך פונ'ם [[בעש"ט]]. ווארשיינליך אלץ די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר די חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין [[מעז'בוז]] און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."
שורה 62:
ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זון. פון זיין ערשטער ווייב, די טאכטער פון ר' [[דן מראדוויל]], האט ער געהאט איין זון, ר' [[אברהם יהושע העשיל מסקווירא|אברהם יהושע העשיל]]. פון די צווייטע ווייב האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון די דריטע ווייב האט ער געהאט דריי זון, ר' [[נחום מסקווירא|נחום]], ר' [[ישראל מסקווירא|ישראל]], און ר' [[דוד מסקווירא|דוד'ל סקווירא'ר]].
 
=== מאכנובקאמאכניווקא, א צווייג פון סקווירא ===
נאך די פטירה פון זייער פאטער ר' איציקל האבן די ברודער געפירט צוזאמען אין שטאט סקווירא. ר' אברהם יהושע העשיל האט זיך שפעטער געצויגן קיין מאכנובקא ווי ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף און נאך זיין פטירה האט איבערגענומען זיין זון ר' [[יוסף מאיר ממאכנובקא|יוסף מאיר'ל מאכנובקא'רמאכניווקער]].
 
ר' יוסף מאיר'ל זון, ר' [[אברהם יהושע העשיל ממאכנובקא|אברהם יהושע העשיל]], איז געווען דער לעצטער מאכנובקא'ר רבי, באקאנט פאר זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. ער האט פארציילט אויף זיך אז זייענדיג פארשיקט קיין סיביר האט ער אפילו דאס שלאפן אין סוכה נישט אויפגעגעבן טראץ דעם וואס די קעלט זענען געווען אזוי שטארק אז ווען מען האט קידוש געמאכט אין די סוכה איז די וויין אין בעכער פארפרוירען געווארן איידער מען האט געענדיגט קידוש צו מאכן.
שורה 69:
שפעטער, ווען די רוסן האבן אים ארויסגעלאזט, איז ר' אברהם יהושע העשיל געקומען וואוינען אין ארץ ישראל און אויסגעלעבט זיינע יארן אין בני ברק, וואו ער איז נסתלק געווארן.
 
=== ר' דוד'ל סקווירא'רסקווערער ===
דער פערטער זון פון ר' איציקל איז געווען ר' [[דוד'ל מסקווירא|דוד'ל סקווירא'רסקווערער]]. ער איז געווען באקאנט ביי חסידים פאר'ן זיין אן אויסערגעווענליכער שתקן. ער האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, "מען שווייגט און מען שווייגט, דערנאך רוהט מען זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווייטער."
 
ער איז געווען באקאנט מיט זיין פרישות און איבערמענטשליכע סיגופים, און זיין מסירות נפש פאר טבילה אין מקוה. ער האט געהאט ?צוועלף? זון, צוויי פון זיין ערשטער ווייב -- ר' מרדכי און ר' משה -- און ?צען? פון זיין צווייטער ווייב, צפורה, דער טאכטער פון ר' [[אליקים געץ מאוסטרא|אליקים געץ אוסטראה'ר]]. עטליכע פון זיי זענען ר' [[יצחק טווערקי מקעשינוב|איציקל קעשינובער]], ר' [[יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא|יעקב יוסף]] -- דער גרינדער פון [[ניו סקווער|סקווערע שטעטל]], ר' נחום, ר' שלמה, ר' פנחס, און נאך. אפאר זענען אומגעקומען דורך די דייטשן אין די שואה.
שורה 76:
ביים אנהייב פון די באלשעוויק רעוואלוציע, בערך ארום 1914, האט זיך ר' דוד'ל אריבערגעצויגן קיין קיעוו צוליב די אומרואיגע אומשטענדן אין די קלענערע שטעט און דערפלעך פון אוקריינא און וואלין. אין יאר תר"פ איז ר' דוד וועלעכע איז געווען א שטארק אפגעהיטענער און א מפונק האט נישט געקענט אויסהאלטן דאס ארומוואנדערן און דאס שמוציגער גלות לעבן דערפאר איז ער קראנק געווארן צוליב די שווערע אומשטענדן וואס האבן געהערשט איבעראל אין דעם געגנט צוליב די פאליטישע איבערקערענישן. ער איז נסתלק געווארן יענעם יאר און איז באערדיגט אין קיעוו.
 
=== דער פריערדיגער סקוויראסקווערער רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל ===
דורך דער פריערדיגער סקוויראסקווערער רבי, ר' יעקב יוסף, איז דאס חסידות געווארן איבערגעפלאנצן און אויפגעבויט אין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט קריג. דאס גרינדונג פון שיכון סקווירא איז אין זיין צייט פארעכנט געווארן אלץ א אומפארגלייכבארער אויפטו אין די היסטאריע פון חסיד'ישע הויפן, און פיל אנדערע זענען פון דעם אינספירירט געווארן דאס נאכצוטוהן, אריינגערעכנט דעם [[סאטמאר|סאטמארער]] שטעטל [[קרית יואל]], געגרינדעט דורך ר' [[יואל טייטלבוים]] זצ"ל אין [[מאנרו]], [[ניו יארק]].
 
====ביאגראפישע נאטיצן====
שורה 84:
אלץ א בחור אין עלטער פון צוואנציג, נאכדעם וואס זיין פאטער איז אוועק אין יאר תר"פ, און דער מצב פון אידן אין רוסלאנד האט זיך געהאלטן אין איין ערגערן צוליב דער אויפשטאנד פון די בולשעוויקן, האט ער זיך אוועקגעצויגן מיט זיין מוטער קיין רומעניע צו וואוינען נעבן זיין עלטערער ברודער ר' [[יצחק טווערסקי מקעשינוב|איציקל קעשינובער]], וועלכער האט דאן אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
אין יאר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט טראני, דערדי טאכטער פון ר' [[פנחם מאוסטילא|פיניעלע אוסטילא'ר]], וועלכע איז געווען א זון פון ר' [[מרדכי מראחמסטריווקא|מאטעלע ראחמסטריווקא'ר]] און אן איידעם פון בעלזער רב ר' [[ישכר דוב רוקח מבעלזא|ישכר דוב]]. ר' יעקב יוסף איז געפארן וואוינען אין בעלז ביי זיין עלטער שווער, וואו ער איז געווארן באקאנט שוין אלץ יונגערמאן אלץ גאר א פרומער. ער האט זיך אויך דארט געווארן שטארק בידידות מיט זיין פעטער, דער שפעטערדיגע בעלזער רב ר' [[אהרן רוקח מבעלזא|אהרן]].
 
ווען זיין שווער, ר' פנחס, וועלכער איז געווען רב אין אוסטילא, האט פארלאזט דעם שטאט און זיך געצויגן אויף פשעמישל האבן די אוסטילא שטאטסלייט זיך געבעטן ביי ר' יעקב יוסף אנצונעמען דעם פאסטן. ר' יעקב יוסף האט געענטפערט קורץ אז ער האט עס נישט געזעהן ביים טאטן. דאס האט אים געוואנען גאר שטארקע רעספעקט ביים עלטער שווער, ר' ישכר דוב.
שורה 90:
שפעטער האט זיך ר' יעקב יוסף געצויגן קיין קאלאראש וואו ער האט אנגעהויבן פירן רבי'סטווע, און שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין יאס. מיט די צייט איז זיין נאמען ארויס אלץ אן איש קדוש.
 
אין די מלחמה יארן איז ער געווען אין בוקארעסטבוקארעשט, און שטארק געליטן פון די דייטשן פון וועמען ער האט זיך עטליכע מאל קוים ארויסגעדרייט מיט'ן לעבן. אויף איין פאל, אין תמוז תש"ג? (אדער תש"ד?), איז ער געפירט געווארן אין א פארמאכטע באן אנגעשטאפט מיט מענטשן אן קיין ביסל עסן אדער טרינקען אין א שווערע אומדערטרעגליכע היץ. די באן איז געפארן אן קיין ציל און פיר טעג דערנאך ווען די באנען האבן זיך אפגעשטעלט זענען געווען נאר פיר מענטשן אין דעם וואגאן ביים לעבן. פון ערגעץ וואו איז געברענגט געווארן וואסער און ר' יעקב יוסף האט געשלינגען צוויי מאל פון דעם גלאז. ער האט שפעטער זיך אפגערעדט אז דער ערשטער שלינג איז געווען נייטיג אויף צו לעבן, אבער דער צווייטער איז נישט געווען מער ווי א תאוה. ער האט נאך דעם עפיזאד זיך אונטערגענומען אויסצוזאגן תהלים יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען, און נישט צו עסן קיין פלייש אדער ברויט אחוץ אין שבת.
 
==== דאס אויפבוי פון שיכון סקווירא ====
 
==== שארפע דיפערענצן מיט קנאות פון סאטמאר רב ז"ל ====
זייענדיג אן אוקראינישער און זייענדיג אן אויפגעהאדעוועטער אין דאסדעם וויגעלע פון חסידות האט ער שווער זיך פארנומען מיט'ן סאטמארער רב'ס שארפע אויסשפראך, וועלעכעוואס האט זיך באנוצט מער מיט די אויסשפראך וועלעכע איז גענוצט געווארן אין גאליציע און אין אונגארישע חסידות, אויך איז איהם שווער געווען צו אקצעפטירן די שיטה פון סאטמארער רב אנצייגנדיג אז דאס שטימט נישט גענוי מיט די פונדאמענטן פון די חסידישע שיטה ווי עס ווערט מבואר אין ספר הקדוש תולדות יעקב יוסף, אין געוויסע געלגנהייטן האט ער אנגעוויזן אויף וואס דער קאמארנער שרייבט אין זיין ספר אז דער הייליגער בעל שם האט שטארק חרטה געהאט פארוואס ער האט אויסגעשלאסן די פראנקיסטן פון כלל ישראל [[Page#ביטע צייכנט אהן א מקור ווי דער קאמארנער שרייב אזוי]], דאס האט שטארק אנגעצויגן די באציאונגען צווישן די צוויי גרויסע רבי'ס וועלעכע זענען געווען גאנץ נאנטע שכנים.
 
=== דער היינטיגער רבי, ר' דוד טווערסקי שליט"א ===