אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הלל הזקן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רובוט מוסיף: es:Hillel משנה: fr:Hillel Hazaken
אין תקציר עריכה
שורה 5:
הלל האָט געשטאַמט פֿון אַ משפחה, װאָס האָט זיך מתײחס געװען צו [[דוד המלך]] ([[ירושלמי]] [[מסכת תענית]] פ”ד און אַנדערע ערטער). ער האָט אין ארץ–ישׂראל געלערנט בײַ [[שמעיה ואבֿטליון]], װי מיר געפֿינען אין [[פרקי אבֿות]] א’ און אַנדערע ערטער פֿון דער [[משנה]]. אין דער גמרא [[מסכת יומא]] ל”ה װערט דערצײלט, אַז הלל איז דעמאָלט געװען אָרעם און ער האָט געאַרבעט צו פֿאַרדינען זײַן ברױט, אָבער אַ טײל פֿון פֿאַרדינסט האָט ער אַװעקגעגעבן פֿאַרן לערנען. דעם הױכן אַמט פֿון נשיא האָט הלל איבערגענומען פֿון די [[חכמים]] [[בני בתירה]] ([[מסכת פסחים]] ס”ו), און ער האָט אַװעקגעשטעלט דאָס סנהדרין און זײַן געגרינדעטע ישיבֿה אַזױ הױך, אַז די גמרא אין סוכה כ' דערצײלט, דאָס די [[תורה]] װאָלט געװען פֿאַרגעסן געװאָרן פֿון ייִדן, װען נישט הלל, װעלכער איז געקומען פֿון בבֿל און ער האָט איר באַנײַט. ער האָט אײַנגעפֿירט די [[מידות]], מעטאָדן, לױט װעלכע מען לערנט אַרױס די [[הלכות]] פֿון די [[פסוקים]] אין דער תורה. ער האָט דורך זײַן ישיבֿה, די „[[בית הלל]]“, פֿעסטגעשטעלט אַ סך הלכות, װעגן װעלכע עס זענען געװען [[מחלוקות]]. ער האָט אױסגעדריקט דעם באַקאַנטן עטישן יסוד פֿון [[יידנטום|ייִדנטום]], זאָגנדיק צו אַ [[גר]], אַז „דעלך סני לחברך לא תעביד“ (װאָס דו האָסט נישט ליב, זאָלסטו נישט טאָן אַ צװײטן) איז דער יסוד פֿון דער גאַנצער תורה. און אַלץ איבעריקע איז אַ [[פירוש]] צו דער דאָזיקער לערע (תלמוד בבלי, מסכת שבת, פרק ב, דף לא, א גמרא).
 
די װערטער פֿון הלל װעגן מאָראַל און [[מדות טובֿות]] זענען פֿאַרשפרײט איבער משנה און גמרא. אין פרקי אבֿות א’ זאָגט הלל, „זײ פֿון די [[תלמידים]] פֿון [[אהרן הכהן|אהרן]], האָב ליב [[שלום]] און יאָג זיך נאָך שלום. האָב ליב די מענטשן און זײ מקרבֿ צו לערנען.“ אין פרקי אבֿות ב’ װערט דערצײלט װי הלל האָט געזען אַ קאָפ שװימען אױפֿן װאַסער און ער האָט צו אים געזאָגט, „װײַל דו האָסט אַנדערע דערטרונקען האָט מען דיך דערטרונקען, און דײַנע דערטרונקענער װעלן אױך דערטרונקען װערן“ (על דאטפת אטפוך וסוף מטײפיד יטופון). זײַן עניוות און סבלנות נישט צו פֿערן אין כּעס איז געװען באַקאַנט (שבת ל”א). הלל האָט מתקן געװען אַ רײ תקנות, װאָס זענען נױטיג געװען, װי [[פֿרוזבולפרוזבול]] און אַנדערע.
 
הלל איז געװען דער שטאַם–פֿאָטער פֿון דער נשיאים–[[דינאַסטיע]], װאָס האָט אַרױסגעגעבן נשיאים עטלעכע הונדערט יאָר.