אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליק (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: דער ערשטער אליקער רבי איז געווען הרה"צ ר' צבי אריה (הערש לייב) לנדא. אליק איז געווען א שטעטל אין...
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
דער ערשטער אליקער רבי איז געווען הרה"צ ר' צבי אריה (הערש לייב) לנדא. אליק איז געווען א [[שטעטל]] אין [[וואהלין]] (היינט אין [[אוקראינע]]).
 
ר' צבי ארי' איז געווען א תלמיד פון דעם מגיד פון מעזריטש רב דוב בער. ר' [[נחמן מברסלב]] האט זייער געהאלטן פון איהם, זיי האבן זיך עטליכע מאל געטראפן ווי עס שטייט אין ספר חיי מוהר"ן, ר' נחמן האט געזאגט אויף איהם ער האט אין זיך די חכמה פון [[שלמה המלך]] ע"ה.
 
ר' צבי הערש לייב לנדא פון אליק איז געווען א זון פון ר' שמעון שלמה (אן אור-אייניקל פון דעם מייסד פון דעם הויף) און אן איידעם פון טריסקער רבי'ן ר' יעקב לייב. צום זיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' פינחס פון לעכאוויטש.