אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלישע בן אבויה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
אלישע איז געווען דער רבי פון [[רבי מאיר]]. אינעם דור נאכן צווייטן חורבן בית המקדש.
 
 
== זיין געבורט ==
אין ירושלמי ווערט פארציילט אז זיין פאטער אבויה איז געווען א גרויסע רייכער מאן, אין די צייטן ווען די בית המקדש איז געשטאנען, ווען עס איז געווען דעם ברית פאר אלישע האט זיין טאטע געמאכט א גרויסע סעודה, ער האט געלאדענט אלע חשובע עשירים און חכמים, עס איז דארט אנוועזענד געווען די גרויסע עשירים [[נקדימון בן גוריון]] בן ציצית הכסת כלבא שבוע, אויך די חכמים ווי רבן יוחנן בן זכאי. נאך די סעודה האט ר' יוחנן בן זכאי מיט זיינע חברים גע'דרש'ט אין תורה און פון גרויס הייליגקייט האט א פייער ארום גענומען זייער שטוהלן, ווען אבויה האט געזעהן דעם כח פון תורה האט געמאכט א נדר אז זיין זוהן אלישע וועט אויך זיין אזא חכם (ירושלמי מס' חגיגה וקה"ר). אבער וויבאלד ער האט מקדיש זיין זוהן פאר תורה צוליב דעם גרויסן כבוד התורה נישט ווייל מען דארף לערנען לשם שמים ווייל השי"ת הייסט אזוי, איז אלישע ארויס לתרבות רעה. די מפורשים זאגן אז דעריבער האט מען נישט געשטעלט קיין מימרא פון איהם אין ש"ס בלויז איין משנה אין מסכת אבות אלישע בן אבויה אומר הלומד ילד למה הוא דומה, ווייל דארט ווערט מבואר אז מען זאל לערנען תורה בטהרה לשם שמים און נישט לקנתור.
 
שורה 11 ⟵ 13:
אלישע איז געווען בשעת מען חרוב געמאכט דאס בית המקדש.
 
== זיינע קשיות ==
די גמרא פארציילט (חגיגה טו.) אז אלישע איינמאל האט געזעהן ווי א טאטע הייסט עפעס פאר א קינד מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן, דאס קינד האט געפאלגט אבער עס אינמיטן מקיים זיין די מצוה איז ער גע'הרג'ט געווארן, האט אלישע געפרעגט די מצוה פון כיבוד אב איז דאך מסוגל מען זאל לאנג לעבן ווי עס שטייט כבד את אביך למען יאריכון ימיך, היכן אריכות ימיו של זה, ווי דער אריכות ימים פון דעם קינד ?. נאר האט ער געזההן ווי איינער אחזאיז מקיים זיין די מצוה פון [[שילוח הקן]], ער האט גענומען א לייטער און איז ארויף געקראכן אויף א הויכן פלאץ און האט אוועקגעשיקט די מוטער און דאס קינד גענומען צו זיך, אבער ער האט זיך אויסגעגליטשט און איז גע'הרג'ט געווארן האט אלישע געפרעגט ביי די מצוה פון שילוח הקן שטייט דאך למען יאריכון ימיך ווי איז זיין אריכות ימים ? אויך האט געזעהן ווי איינער איז עובר אויף די מצוה, ער קריכט אויף א לייטער ער נעמט די קינדער פאר ער שיקט אוועק די מוטער, און עס האט איהם גארנישט פאסירט, איז ער געווארן זייער אויפגעקאכט און דעריבער איז ארויס לתרבות רעה.
 
זאגט ר' יעקב ווען אלישע זאל וויסן די אמת'ע פשט פון למען יאריכון ימיך וואלט ער נישט ארויס צו שלעכטס, ווייל למען יאריכון ימיך מיינט מען זאל זוכה זיין צו רועהן אין לעכטיגן גן עדן, מען זאל האבן דארט לאנגע טעג, נהנה זיין פון זיו השכינה, נישט לעבן לאנג אויף די וועלט, די וועלט איז פיל מיט צרות עס איז נישט ווערט מען זאל לאנג לעבן.
שורה 17 ⟵ 20:
ווען די רוימער האט געהרג'ט די עהרליכע צדיקים פון אידן, האט דאס אלישע זייער פארקלעמט דאס הארץ, עס האט איהם וויי געטועהן פארוואס ארץ נתנה ביד רשעים, פארוואס קומט זיך דאס פאר עהרליכע אידן זאלן ליידן אזויפיל, איינמאל האט ער געזעהן ווי די רוימער פייניגן דעם גרויסן צדיק ר' [[חוצפית המתורגמן]], זיי האבן איהם געווארפן פאר די הונט און די הינט האבן געריסן שטיקער, מיטאמאל האט ער געזעהן ווי א הינט האלט די צונג פון ר' חוצפת האט אלישע געזאגט פה המתגבר בתורה ילכך עפר, א מויל וואס האט זיך געשטארקט אין תורה זאל לעקן ערד (קידושין לט: וחולין בסוף).
 
== זיין החלטה ==
די מפורשי הש"ס זענען מסביר אז דאס איז געקומען וויבאלד אלישע איז געווען געוואנט אז די כבוד און געלד איז ביי אידן, זיין טאטע איז געווען א גרויסע ריזיגער עושר, ער האט מכבד געווען די חכמי ישראל, ער איז געווארן אפגעשיידט צו תורה צוליב א פייער האט זיין טאטע האט געזעהן וואס די חכמי ישראל זענען, ער האט געזעהן ביידע וועלטן, סיי ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען און דערנאך ווען עס איז געווען וידל ישראל מאד, כלל ישראל איז פארארימעט געווארן אין דאס שיינקייט פון אידן איז פארלוירן געווארן, דעריבער האט ער נישט פארשטאנען פארוואס האבן אידן פארלוירן דעם כבוד און דאס געלד אין רשעים ווי רוימער פייניגן די אידן מיט מיתות משונות, אבער דער אמת איז אז א איד דארף וויסן אז דערמיט וואס די רשעים פייניגן איהם און ער דערהאלט זיך, דערמיט ווייזט ער ארויס זיין ליבשאפט צו גאט ברוך הוא, ווי מען זעהט אין די אידישע היסטאריע אז אלע שלעכטע לייט די שונאי ישראלים האבן סוף כל סוף פארלוירן, און די אידישע פאלק וואסט און בליעהט, די אידן געוואונן און די רשעים ווערן פארלוירן, אבער אינגאצען וועט מען עס זעהן וועט משיח וועט קומען.
 
== זיינע מעשים ==
אלישע האט מחליט געוון אז עס איז נישט דא קיין גאט ח"ו און האט מחליט געווען ער גייט הנאה האבן פון דער וועלט, ער גייט זיך אפלאזן פון תורה און מצות. ער איז ארויס אויף דער גאס און געטראכפן א זונה ער האט איהר געבעטן צו זינדיגן מיט איהם, די זונה האט זיך נישט געוואלט גלייבן וואס זי הערט, דער גרויסער תנא אלישע בן אבויה זאל וועלן מיט איהם זינדיגן, האט זיך איהם געפרעגט די ביזט נישט אלישע, האט אלישע איהם אנהגעכאפט און צוזאמען מיט איהם געגעסן חזיר פלייש, דעמאלטס האט זי געזעהן אז ער מיינט עס ערנטס. האט זי געזאגט אויב אזוי א"כ אחר הוא, איז ער א צווייטער ער איז נישט אלישע. פון דאן אהן האט מען איהם שוין נישט גערופן אלישע נאר אחר.
 
שורה 27 ⟵ 32:
איך נאכדעם וואס ער איז רויס לתרבות רעה, האבן זיך אסאך תנאים גע'חבר'ט מיט איהם וויבאלד ער איז געווען גרויס אין תורה האבן זיי געוואלט פון איהם לערנען, די גמרא זאגט ר' מאיר האט געטראפן א מילוגרוים די גוטע האט ער גענומען די שאלעכטץ האט ער אוועקגעווארפן דאס הייסט די גוטע חלקים פון אחר האט ער געלערנט אבער נישט די שלעכטע.
 
== שובו בנים חוץ מאחר ==
איינמאל ווען ר' מאיר האט איהם געזאגט רבי איהר זענעט אזוי גרויס אין חכמה דאן פארוואס טוט איהר נישט תשובה, האט איהם אלישע געזאגט איך האבן אליין לגעהערט א בת קול פון הימל, יעדער זאל תשובה טועהן, חוץ אחר קען נישט תשובה טועהן וויבאלד ער ווייסט מיין כבוד און דאך זינדיגט ער.
עס איז מערקווירדיגע וואס די ספרים זאגן אז אלישע וואלט געמוזט דווקא פון דא לערענן אז אפילו ער קען אויך תשובה טועהן, ווייל אויב הערט ער בלויז די ערשטע העלפט בת קול יעדער קען תשובה טועהן, וואלט ער נישט געהאט א נסיון און וואלט זיכער תשובה געטועהן, פון הימל האט מען אבער איהם געוואלט געבן א בחירה ער זאל הערן אז עס נוצט פאר איהם נישט קיין תשובה, און דאך וואלט ער זיך געמוזט שטופן און תשובה טועהן, אזוי זאגט ר' [[נחמן מברסלב]], און אויך ר' [[צבי אלימלך מדינאב]] און זיין ספר [[אגרא דפרקא]]. אויך שטייט אזוי אין ספר [[השל"ה]]. און אזוי שטייט אין ירושלמי אין לך דבר שעומד בפני התשובה.
 
 
== ער איז אריין אין גן עדן ==
ווען אלישע איז געשטארבן האט מען געזאגט אין הימל, מען וועט איהם נישט דן זיין וויבאלד ער איז א תלמיד חכם, אבער מען וועט איהם אויך נישט געבן גן עדן וויבאלד ער האט געזינדיגט, האט ר' מאיר געזאגט ניין עס איז ליבערשט מען זאל איהם דן זיין אין גיהנם און דערנאך וועט ער גיין אין גן עדן. ר' מאיר האט זיך אנגערופן ווען וועל איך שוין שטארבן און ארויפגיין אויף יענער וועלט און דאן ווען ארויף קומען א רויך פון זיין קבר. ווייבל ווילאנג ער ברענט אין א פייער גייט נישט קיין רויך, אויב מען גיסט וואסער מען לעשט דאס פייער פון גיהנם דאן פארגייט א רויך (ספר היוחסין). אזוי איז טאקע געווען ווען ר' מאיר איז נפטר געווארן איז ארויף א רויך פון דעם קבר פון אלישע, האט ר' יוחנן געזאגט עס איז נישט קיין קונץ צו פארברענען די אייגענע רבי, איך זאג אייך ווען איך וועל שטארבן וועל איך איהם גראד טראגן אין גן עדן. אזוי איז טאקע געווען ווער ר' יוחנן איז נפטר געווארן האט אויףגעהערט צו גיין דעם רויך און אלישע איז געקומען קין גן עדן. זיין זכות איז געווען וויבאלד אפילו נאכדעם וואס ער האט געזינדיגט האט ער געלערנט תורה מיט די חכמים און האט זיי אויסגעלענרט זיין חכמת התורה..
 
 
== זיינע דורות שפעטער ==
עס ווערט פארציילט אז די טאכטער פון אחר האט אמאל געזאגט פאר רבי [[רבינו יהודה הנשיא]] רבי שפייזט מיך, איך האב נישט קיין ברויט, איך בין דער טאכטער פון דעם תנא אחר, האט רבי יהודה געזאגט מיט פארוואונדערונג: איז דען נאך דא פון איהם קינדער ? האט זי געזאגט רבי איהר זאלט געדענקן זיין גרויסקייט אין תורה נישט זיינע שלעכטע מעשים.
זיין אייניקעל איז געווען ר' [[יעקב א אייניקל פון אחר]].