אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "2023 ישראל–כאמאס קריג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג רעדאקטירונג מיט אן אנדרויד־אפ
ניסוח
טאַג: צוריקגעשטעלט
שורה 2:
די '''מדינת ישראל-כאמאס קריג''' איז אן אנגייענדער קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און [[פאלעסטינע]] מיליטאנטישע גרופעס געפירט דורך [[כאמאס|כאַמאַס]]
 
די מלחמה האט זיך אָנגעהויבן מיט א קארדאנירטע איבעראשענדע אינוואזיע פון די [[עזה פאס]] אנטקעגן [[מדינת ישראל]] אויפןשמחת תורה, 7טן אין אוקטובער 2023 גערופן '''אפעראציע אל-אקצא פארפלייצונג'''. די מדינת ישראל קאנטער-אפענסיווע ווערט גערופן '''אפעראציע אייזערנע שווערדן מלחמה'''.
 
די אטאקע האט זיך אנגעהויבן אין די פרי מארגן וואס האט אריינגענומען א באראדזש פון אמווייניגסטנס 3,000 ראקעטן וואס זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה אנטקעגן מדינת ישראל; און אן אינוואזיע פון טרעקלעך, גליידערס, און שיפלעך וואס האבן אריינגעדרונגען אין די טערעטאריע. א געשאצטע 2,500 פאלעסטינער מיליטאנטן האבן זיך אדורכגעבראכן די מדינת ישראל עזה באריקאדעס און האבן אנגעהויבן אטאקירן די דערנעבענדיגע ישובים אויס'שחט'נדיג גאנצע פאמיליעס, [[טאטע]]ס, [[מאמע]]ס, און קליינע [[קינדער]] אין די בעטלעך; ווי אויך האבן זיי איבערגעפאלן און אטאקירט [[מיליטער]]ישע איינריכטיגונגען הרגענדיג אמווייניגסטנס 1,400 [[איזראעליס]], אריינגערעכנט א מאסן-שחיטה אנהייב פונעם קאנפליקט ביי א [[מוזיק]] פעסטעוואל ווי אמווייניגסטנס 260 ציווילע זענען דערמארדעט געווארן. ארום 200 - 250 אומבאוואפענטע איזראעליס, [[סאלדאטן]], אריינגערעכנט [[פרוי]]ען און קינדער זענען פארכאפט געווארן אלס משכונות קיין עזה.