א שטוב מיט זיבן פענצטער איז א יודיש בוך פין קורצע מעשהלעך געשריבן דורך קאדיע מאלאדאווסקי און ערשינען אין ניו יארק אין יאר 1957 דורך פארלאג מתנות.

עס אנטהאלט ערציילונגען וואס זי האט געשריבן אין לויף פין די פריהערדיגע פופצן יאהר, אין א ס"ה פין 288 זײַטן.

אין די קרוב צו זעכציג געשיכטעלעך באציהט זי זיך בעיקר צו די איבערגאנג פינעם אמאהליגן שטייגער יודישן לעבן אין אייראפע און דער קאָנטראַסט צו דער מאָדערנער אמעריקע, וואו אלעס איז מעהר מעכאַניש, מאדערניזירט און דער דאלער פארנעמט דעם ערשטן ארט.

פונעם ביך קען מען פיל ארויסלערנען איבער די אומשטענדן פין די אימיגראנטן אין יענער תקופה.

רוב מעשה'ס האבן נישט קײַן שייכות איינע צים צווייטן, אויסער דריי וואס אנטהאלטן כמו פארזעצונגען: "טוליע שאָר דערציילט", "ביים דאקטער" און "אין א בראָנזווילער קרעטשמע".

וועבלינקען

רעדאַקטירן