אשר סופר
רבי אשר סופר (ה'תרי"א - ה'תרס"ג) איז געווען א זון פון הרב שמעון סופר דער קראקעווער רב, און זיין רעביצין מרים, און אייניקל פונעם חתם סופר.
ער איז געווארן אן אויסגערופענער סקווערער חסיד און בעל תוקע ביים רבי'ן ר' דוד'ל סקווירער, און פון די חשובע רבנים אין הויף, נאך וואס ער האט געהייראט מרת לאה מרים א טאכטער פון הרב הנגיד צבי מאגעזאניק פון בארדיטשאוו, פון די באקאנטע משפחת מאגעזאניק, וואו ס'איז געווען תורה וגדולה במקום אחד.