אריה לייביש האלבערשטאם (מושינא)

רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ל - ה'תש"ב), פון מושינא

רבי לייביש איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

רבי לייביש האט ארויס געהאלפען זיין שווער מיט דיינות אין סקאהל, אין יאר ה'תרס"ד איז ער געווארן רב אין מושינא.

רבי לייביש איז אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה, הי"ד.

רבי לייביש האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל רוקח, רב אין סקאהל. פון זייערע קינדער:

  • הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רבי אין קראקא. ער האט געהייראט מרת הענא א טאכטער פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם רב אין טשחויוו, א זון פון דעם צאנזער רב, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייער זון
  • הרב אהרן ישעיה האלבערשטאם און די גאנצע פאמיליע, הי"ד.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר