דער אריאן סי.אי.ווי. (ענגליש: Orion MPCV) איז NASA'ס געפלאנטע קאסמאס פראגראם וועלכע וועט ערזעצן דעם קאסמאס שאטל וואס האט געגאנגען ארויס פון באניץ אין 2011.

היסטאריע

רעדאַקטירן

דער קאסמאס שאטל איז געווען איינע פון די גרעסטע טריאומפן פון NASA ווען עס איז אריינגעשטעלט געווארן אין סערוויס זייענדיג די ערשטע פראגראם אין וועלכע א רייזע אין דעם קאסמאס איז געטאן געווארן דורך א שאטל וועלכע האט געקענט גיין און קומען ווי א פליגער נאכאמאל און נאכאמאל מיט ווייניג פראבלעמען.

די ערשטע יארן זענען געווען א שטארקער דערפאלג ווען NASA האט דורכגעפירט מיסיעס יעדע עטליכע מאנאטן מיט איין אומגלוק אין 1986. די צווייטע עקסידענט איז ערשט פארגעקומען אין 03' אבער מיט דעם האט זיך אנגעהויבן א רייע פראבלעמען און NASA איז געקומען צו די החלטה אז דער פראגראם איז שוין צו אלט און דארף ערזעצט ווערן מיט א נייע מער פארגעשריטענע פראגראם.

די נייע קאסמאס קרעפט ווערט דערווייל גערופן די אריאן קרו עקספלארעישן וויעקהל און וועט באמת זיין צוויי באזונדערע קאסמאס שיפן:

די קרו עקספלארעישן וויעקהל (סי-אי-ווי) וועט טראנספארטירן צווישן 4 און 6 אסטראנאטן.

די קארגא לאנטש וויעקהל ( סי-על-ווי) וועט ארויפטראגן שווערע משאות און אויך עטליכע אסטראנאטן אויב עס וועט אויספעלן.

די נייע קאסמאס שיף וועט נישט זיין קיין שאטל נאר ענדערש א ראקעט ווי די קאסמאס שיפן וועלכע NASA האט גענוצט אין די 60'גער יארן. אבער מיט דעם וועט NASA נישט צוריק פאלן אין טעכנאלאגיע ווייל NASA וויל בויען א פראגראם וועלכע זאל זיין ביליג און זאל אנהאלטן מיט א זיכערהייט פאר לאנגע יארן כדי מען זאל קענען זיך מער אפגעבן מיט קאסמאס אופדעקונגן ווי איידער זיין פארנומען מיט די טראנספארטאציע טייל. NASA וועט נוצן די טעכנאלאגיעס פון דעם אפאלא און קאסמאס שאטל פראגראם וועלכע וועלן אינאיינעם זיין זייער פארזיכערט און גרינג צו באנוצן פאר דעם לאנגן טערמין.

די סי-אי-ווי יסודות

רעדאַקטירן

די הויפט סיסטעמען אינעם אריאן וועלן זיין פיל מער פארגעשריטן ווי די געוועזענע קאסמאס שיפן, אריינרגערעכנט די ענערגיע קראפט, נעוויגאציע, לעבנ'ס שטיצע, קאמיוניקאציע, און קאמפיוטערס.

די סי-אי-ווי וועט באשטיין פון דריי הויפט טיילן: א קאפסול אין וועלכע די אסטראנאטן וועלן זיצן, א סערוויס אפטיילונג אין וועלכע די קאנטראל סיסטעמען וועלן זיין, און א בוסטער וועלכע וועט ארויפשיסן די אריאן אין קאסמאס.

NASA וועט ארגינעל בויען צוויי סארט דעזיינס פון די הויפט אפטיילונגן, איינס צו שיקן אויף מיסיעס אין קאסמאס, און די צווייטע צו שיקן אויף מיסיעס צו די לבנה. ביידע מאדעלן וועלן אויסקוקן ענליך צו די אפאלא קאסמאס שיף און וועט צוריק פאלן צו די ערד'ס אטמאספערע פיל שנעלער ווי די קאסמאס שאטל און אזוי פארמינערן די סכנה פון דורכרייסן די אטמאספערע וואו די קאסמאס שיפן גייען דורך א שווערע היץ.

די אריאן סי-אי-ווי וועט זיין גרעסער און מער פארגעשריטן ווי די אפאלא קאסמאס קרעפט. עס וועט זיין דריי מאל אזוי גרויס צו קענען נעמען מער אסטראנאטן און מער וואג ווי דער קאסמאס שאטל. די אפאלא קאסמאס קרעפט איז געווען אינגאנצן 3.9 פיס אין דיאמעטער ווען די אריאן וועט זיך מעסטן 16.5 פיס אין דיאמעטער.

אנדערש ווי די אפאלא קאסמאס קרעפט וועלכע'ס קאמאנד אפטיילונג האט מען נאר געקענט נוצן פאר איין מיסיע, וועט די אריאן קאמאנד אפטיילונג קענען איבערגענוצט ווערן 10 מאל נאכאנאנד. דאס איז צוליב די נייע טעכנאלאגיעס וואס NASA וועט נוצן צו באשיצן דעם קאסמאס קרעפט פון די שטארקע היץ וועלכע עס רייסט אדורך קומענדיג צוריק פון קאסמאס אריין אין די וועלט'ס אטמאספערע.

אין די אפאלא פראגראם איז די מאטריאל אפגענוצט געווארן יעדעס מאל די קאסמאס קרעפט איז צוריק אראפגעקומען און מער האט מען דאס נישט געקענט נוצן. אינעם שאטל פראגראם האט NASA גענוצט סערעמיק טיילס און טעהרמאל אינסולעישן פאום וועלכע האט איינגעזאפט היץ און איז נישט געשעדיגט געווארן. די אינסולעישן פאום איז מיט די יארן אלט געווארן און האט אנגעהויבן מאכן פראלעמען און איז געווען די אייציגסטע אורזאך וואס האט געברענגט דעם קאלאמביע עקסידענט אין 03'. NASA האט דאס פרובירט פאררעכטן אבער איז שפעטער דורכגעפאלן ווען קאסמאס שאטל דיסקאווערי האט ווידער געהאט פאום פראבלעמען טראץ די נייע פארזיכערונגן אויף וועלכע NASA האט געארבעט צוויי יאר.

די אריאן וועט נוצן מאטריאל וואס וועט אפווארפן היץ אנשטאט איינזאפן און די מאטריאל וועט קענען גרינג געטוישט ווערן אויב עס ווערט אויסגענוצט.

די אריאן קאסמאס קרעפט וועט לאנדן מיט עיר בעגס און פאראשוטן אינאיינעם און וועט קענען מאכן א לאנדונג אין ים און אויך אויף די יבשה. די אפאלא קאסמאס קרעפט האט נאר געקענט לאנדן אין ים.

דער קאפסול וועט געבויט ווערן זייער הויך כדי עס זאל זיצן פיל העכער פון די ראקעט בוסטער און דער גאנצער לאנטש פלאטפארמע עס זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו פאלנדיגע שטיקער פאום אדער אייז וואס ברעכן זיך אפ פון די קראפט פון דעם לאנטש.

אינעם סי-אי-ווי וועט אויך זיין אריינגעבויט א קליינע ראקעט וועלכע וועט זיצן אונטער די קאמאנד אפטיילונג און וועט אין געציילטע רגעים קענען אפטיילן די קאמאנד אפטיילונג פון די בוסטערס אין פאל עפעס טויג נישט. דאס איז די בעסטע זיכערהייט פראדעצור וואס NASA האט אמאל צוגעשטעלט פאר אירע אסטראנאטן.

סערוויס אפטיילונג און בוסטער

רעדאַקטירן

די סערוויס אפטיילונג (דער טייל וואו די אסטראנאטן זיצן און די קאמאנד אפטיילונג) וועט מאנעווירן אין קאסמאס מיט אן איינצעלע ענדזשין וואס וועט נוצן א נייע סארט ברענשטאף וואס NASA האט קיינמאל פריער נישט גענוצט. די ברענשטאף וועט זיין א געמיש פון מעטאן און אקסיגן און וועט קענען געבן לענגערע און גרעסערע פונקן פאר די זעלבע מאס ברענשטאף. NASA זוכט מיט דעם צו שפארן ענערגיע כדי די קאסמאס קרעפט זאל קענען מאכן לענגערע מיסיעס.

און צוגאב צו די ענדזשין וועט די אריאן קאסמאס קרעפט פארמאגן צוויי לאנגע סאלאר פאנעלן וועלכע וועלן ארויסשטעקן פון די קאסמאס קרעפט ווי פליגלן און אויפנעמען סאלאר ענערגיע פון די זון און דאס טראנספארמירן צו עלעקטריציטעט.

א ספעציעלע סיסטעם וועט אריינגעבויט ווערן צו העלפן שיקן אנגעזאמעלטע היץ צו די ראידיאטארס וועלכע שפייען דאס אויס אין קאסמאס. דער סיסטעם וועט נוצן כעמיקאלן צו זאמלן היץ און וויבאלד עס וועט זיין פליסיג וועט א פלאמבינג סיסטעם דאס פירן אויטאמאטיש צו די ראדיאטארס.

אין קאסמאס טוישט זיך די טעמפראטורן פון קאלט צו הייס מיט איבער 400 דעגרי עטליכע מאל אין טאג וויבאלד די קאסמאס קרעפט ציקולירט ארום די וועלט און גייט אונטער'ן זון און אוועק פון די זון אין יעדע צירקולאציע. דאס קען שטארק שעדיגן די מעטאלן פון די קאסמאס קרעפט. די אפאלא האט זיך דערפאר געדרייט אויף איר אייגענע אקס און דערמיט אויסגעשפרייט די היץ אייניג איבער די גאנצע קאסמאס קרעפט. דער קאסמאס שאטל האט נישט אזוי געטאן וויבאלד די סערעמיק טיילס האבן אים באשיצט. די אריאן קאסמאס קרעפט וועט נוצן טעכנאלאגיעס פון ביידע, וואס מיינט אז אויסער די שיץ מאטריאלן און ראדיאטאר סיסטעם וועט זיך עס אויך דרייען ווי די אפאלא.

וויבאלד די סי-אי-ווי וועט נאר טראגן די אסטראנאטן און נישט די משאות וועט עס נישט דארפן אזויפיל שיס קראפט ווי די סעטרון וועלכע האט ארויפגעשאסן די אפאלא. די בוסטער וועט זיין צוויי דריטל די הייך ווי די אפאלא און א דריטל אין דיאמעטער. די בוסטער וועט נאר גענוצט ווערן איינמאל אין קאנטראסט צו די קאסמאס שאטל בוסטערס וועלכע זענען ביידע אפגענומען געווארן פון וואסער און איבערגעארבעט געווארן צו נוצן נאכאמאל.

די סי-על-ווי קאסמאס קרעפט

רעדאַקטירן

א מיסיע אין קאסמאס פארלאנגט געווענליך צו טראגן אסטראנאטן און משאות פון סופלייס. אין די אפאלא און שאטל פראגראמען האט מען דאס ארויפגעשיקט אין איין קאסמאס קרעפט וועלכע האט געהאט א שטאב אפטיילונג און א קארגא אפטיילונג. אין די אריאן פראגראם וועט NASA אפטיילן די צוויי צוליב עטליכע סיבות.

NASA איז געקומען צום באשלוס אז אויב די אסטראנאטן וועלן האבן אן אייגענע קאסמאס קרעפט וועלן זיי קענען עררייכן פיל מער אין ספיעס וויבאלד זיי וועלן נישט זיין אנגעוואנדן אויך אויף די קארגא. אין פעלער ווען מען וועט נישט דארפן קיין סופלייס וועט דאס זייער גוט צוניץ קומען. אויך וועט דאס זייער גוט צינוץ קומען ווען מען וועט וועלן שיקן קארגא און עס וועט נישט אויספעלן קיין אסטראנאטן דערפאר. א ביישפיל איז ווען מען שיקט סופלייס צו די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע. די סי-על-ווי וועט ארויפגעשאסן ווערן אן קיין אסטראנאטן און עס וועט קאנטראלירט ווערן פון אונטן און ווען עס וועט זיך טרעפן מיט די קאסמאס סטאנציע וועלן די ארטיגע אסטראנאטן (אסטראנאטן געפינען זיך דארט צו יעדע צייט) דאס אפנעמען און עס וועט צוריק אראפקומען און נישט דארפן איינשטעלן דאס לעבן פון מענטשן.

די סי-על-ווי וועט זיין אזוי גרויס און הויך ווי די סעטרון ראקעט און וועט אויך האבן צוויי בוסטערס ביי די זייטן אזוי גרויס ווי די שאטל בוסטערס צו געבן נאכמער קראפט ביים ארויסשיסן די שווערע משאות וועלכע וועט זיין 10 מאל וואס א שאטל קען טראגן. די סי-על-ווי וועט האבן 5 ענדזשינס קעגן די איינע וואס די סי-עי-ווי וועט פארמאגן. ווען עס וועט אויספעלן וועט NASA נוצן די סי-על-ווי אריינצושטעלן דארט ספעציעלע לבנה און מאדים לאנדער און ארויסשיקן די אסטראנאטן אין די סי-אי-ווי און די צוויי קאסמאס קרעפטס וועלן זיך באהעפטן אין קאסמאס און פון דארט אינאיינעם פליען צו די לבנה.

NASA וויל אנהייבן נסיעות צו די לבנה מיט'ן האפענונג אז מען וועט דארט קענען טרעפן א וועג צו פראדוצירן ענערגיע פאר די קאסמאס קרעפט און אויפשטעלן דארט א פלאטפארמע פון וואו מען וועט שפעטער שיקן ראקעטן צו דעם מאדים און נאך ווייטער.

ווי עס הייסט יעצט וועט דער שאטל פראגראם ארויסגענומען ווערן פון באנוץ אין 010', די אריאן פראגראם וועט זיין גרייט אויף 014' און מען וועט קענען לאנדן אויף די לבנה אין 020' און פון דארט וועט מען גיין ווייטער.

קאנטראקט

רעדאַקטירן

אים סעפטעמבער 2006 האט NASA אנאנסירט אז די עראקאסמאס פירמע לאקהיד מארטין האט געווינען דעם קאנטראקט צו בויען די מולטי ביליאן דאלארדיגע אריאן פריאעקט. לאקהיד מארטין איז די וועלט'ס גרעסטע מיליטערישע עיר קרעפט פראדוצירער און האט קיינמאל פריער נישט געבויט א קאסמאס קרעפט פאר NASA.

יעדער האט זיך געוואונדערט איבער דעם באשלוס זינט אלע פריערדיגע קאנטראקטן זענען געגעבן געווארן צו באואינג און נארטראפ גרומען וועלכע האבן געבויט די אפאלא קאסמאס שיף וועלכע האט געלאנדעט אויף די לבנה און אויך די קאסמאס שאטלס. נאכמער, אין 96' האט NASA שוין גערעדט פון א נייע קאסמאס שאטל און לאקהיד מארטין האט געווינען איבער באואינג און מעקדאנעל דאגלעס און האט אויפגעבויט די עקס-33 וועלכע איז געווען א דורכפאל און NASA האט דאס איבערגעלאזט נאכדעם וואס לאקהיד מארטין האט געהאט אינוועסטירט איבער 900 מיליאן דאלאר.

NASA האט נישט געגעבן קיין דעטאלן פארוואס זי האט אויסגעקליבן לאקהיד מארטין אבער עקספערטן שפעקולירן אז דאס איז ווייל לאקהיד מארטין'ס קאנצעפט איז מער אפען צו NASA ווי דער קאנצעפט וואס איז געגעבן געווארן דורך באואינג און נארטראפ גרומען צוזאמען. אין אנדערע ווערטער, לאקהיד מארטין האט נאר דעזיינגט א קאנצעפט אין גענעראל און איבערגעלאזט אלע דעטאלן אז NASA זאל דאס אויספילן. דאס האט געגעבן NASA א בעסערע קאנטראל איבער דעם פראיעקט ווי די אנדערע וואלטן געגעבן און NASA וויל דאס האבן.

אנדערע זאגן אז NASA וויל לעצטענס גיין מער אויף א ביזנעס סטיל און האט געוואלט געבן א קאנטראקט פאר א צווייטע פירמע אויך כדי פון היינט און ווייטער זאלן עטליכע פירמעס קאנקורירן פאר יעדע נייע פראיעקט און אזוי וועט ארויסקומען בעסערע און ביליגערע פראדוקטן.

NASA וועט צאלן לאקהיד מארטין די אסטראנאמישע סומע פון 3.9 ביליאן וואס וועט גענוצט ווערן צו שטודירן און בויען צוויי אריאן קאסמאס קרעפט וועלכע זאלן זיין גרייט פאר א פראבע אין 014'. אויב עס וועט זיין סוקסעספול וועט NASA צאלן נאכאמאל דער פרייז צו בויען נאך פון דעם זעלבן סארט.